Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
117
Einzelbild herunterladen

און זיין ווייבּ האַנדלען מיט פיש און מיט ציגעפוֹילטע פרוכטן און אַ גאנצן טאָג דרייען זײ זיך אַרוּם איבּער די מערק אוּן גאסן און אינדערהיים בּלײבּט בַּלױז איבּער זייער האָרבּאַטע יינגל, ואס קען נישט, װי זיינע בּרידער, זוכן אַ פארדינסטל, דערלוֹיבּן זײ אזעלכע הערן װי איך, ואס קענען זיך אייגי קוועטשן, צוּ פארנעמען אן ,אָרטי אין זייער דירה פאר עטלעכע גילדן אַ חוֹדש. איך נעם די געאָמעטריע, עפן אויף אוּן הוֹיבּ אָן לערנען אוֹיפן קוֹל, אֶבּער תּיכּף דערמאָן איך זיך, אז ,אייי דער אַ מענטש עסט אין טרינקט- האט ער צוויי הערצער', כאפּ איך, בּכן, אַ שטיק בּרוֹיט און קיי עס מיט אַ בּאוועגונג, מיט וועלכער מענטשן דערפילן עפּעס אן איגּעריקע פליכט, קוק בּעת מעשה אריין אין בּוּך און מוּרמל: ,אָ! װוען עס װאָלט געווען אַ לעפל װאַרעם געקעכץ... נאַרישקײטן"! איך פּרוּב ווייטער זיך קאָנצענטרירן און אײנקוקן אין די בּילדער, אין די קרייזן און קוואדראטן, װאָס פאר מיר-- און מיינע הענט ציען זיך נישט:ווילנדיק אוּן גובּן אַ כאפ טאָלסטאיען, װאָס ליגט לעבּן מיר. איך גיב אַ קוק- ערשט דאס לערנבּוּן איז אָפּגערוקט. ,בּשעתן עסן*-- פארענטפער איך מיך. אָבּער ס'גייט דורך אַ וויילע, פוּנם בּרױיט איז שוֹין גאָרנישט געי בּליבּן, אוּן דאס בּוּך, וואס איך האָגּ גענוּמען אויף לייענען נאָר בּעתן עסן, האג איך נאָך נישט אוועקגעלייגט. ,נוּ'-­שריי איך אָן אויף זיך אליין, צי זיך אוֹיס אויף דער קאַי נאפּע, און נעם זיך צוריק צי דער געאָמעטריע,.' איך חזר איבּער עפּעס אַ זייטיק וואָרט צוואנציק מאָל און טראכט, אז טאָלסטאָי איז זײער גערעכט געווען מיט זיינע מיינוּנגען, אז אין טשעכאָווס דערציילונגען איז פאראן אַ סֵך קינסט און אַ סך אמתדיקייט, אז די רוּסישע שאפונג איז זייער א שווערע אוּן א טיפע, אז גליקלעך איז דער מענטש, װאָס לייענט די בּיכער פון זיינע גרוֹיסע שרייבּער אין זיין מוטער-שפּראך, אז איך כּין אַ זון פוּן א פאָלק, װאָס האט נישט קיין שהראך אוּן קיין ליטעראַטוּר- אן אוּמגליקלעכס צווישן אומגליקלעכע, און אז די בַּאלבּאָסטע האט שוין מיט אָפּאָר טעג צוריק אין 17