Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
122
Einzelbild herunterladen

יר =(

די פאַקטן פוּן מיין לעבּן גייען דורך פֿאַרבּיי מיר. דאס רוֹב זענען עס פארשיידענע קליינע אוּן קליינלעכע פרטים, וועלכע זענען זיך סוֹתר אוּן װידערשפּרעכן איינע די אנדערע, זײ האָבּן נאר. דאס געמײינזאַמע צווישן זיך-- וואס זיי בּאַ. ווייזן, אז כ'בּין נישט קיין העלד...

אַ סך געטער האָבּ איך געהאט, אָבֶּער כ'האָבּ וועגן אלע מער נאָכגעקלערט, איידער איך האָבּ געדינט צו זיי. צו קיין איינעם פון זײ האבּ איך זיך נישט איבּערגעגעבּן מיט מיין גאַנצן כוֹח, אָן 8 ספקן, אָן אַ ווערימל אין הארצן...

ס'איז געווען אַ תּקוּפה אין מיין לעבּען, אין ווצלכער כ'האבּ זיך געפילט וי אַ קליינער, וואס איז אוֹיסגעוואקסן. דער גרוֹיסער, וואס אין מיר, וועלכער האָט זיך שוֹין געהאט אנטוויקלט אין אַ גרעסערער מאס, וועלכער האט שוֹין געהאט פארשידענע פּאָדערונגען, האָט געשטרעבּט אַנטײילצוּנעמען אין געזעלשאפטלעכער ארבּעט, אוּן דער קליינער, זיין שונא און בּאקעמפער, האט זיך אנטקעגענגעשטעלט און האט אים אָפּגעהאקט די פליגלען: וואוהין שטרעבּסטוּ-- דוּ, וואס דארפסט נאד זיצען אוֹיף דער בּאנק פון אַ קליינעם שילער!..

אַז איך בִּין נישט קיין העלד ­

כאַיכאַיכאַ!;אין דער מיניט האבּ איך ארוּנטערגעטויכט אין די טיפענישן פוּן מיין הארצן,, כ'האג דארטן גענישטערט געגריבּלט אוּן אָט וואס איך האבּ ארוֹיסגעבּראכט: אוֹיך אינם טאן פון ,איך בּין נישט קיין העלד* איז פאראן אַ מין אוֹיסַ­

122