Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
123
Einzelbild herunterladen

פיינען זיך אוּן שטאלצירן: זעט נאר, מיינע חשובע הערן, איך בִּין נישט קיין העלד|

יאָ, איך בּין אַ גריבּלער און נאָרע זיך אין מיין מיסט. איך לאז נישט דורך קיין פארבּיילוֹיפנדיק געפיל, קיין מינדסטע מחשבהילע, אָן אַ דירכדרינגענדיקן אנאליז, אן אנאליז אוֹיף דורך און דוּרך, איין קליינער געדאנק שלעפט מיט מיט זיך אַ שלל פון געדאנקען, איינער אוֹיפן אנדערן...

איז אן אפֿזריות'דיקע מיין גריבּלעריי, ווען אַ פּראָקויראר וואלט צוגעזען מיין ווארפן זיך אוֹיף דער קנאפע און מיינע קרעכצן, וואלט ער זיכער מיך פארמעפּט צוּם טוֹיט, אוֹיפװוייזנדיק, אז ס'איז קלאר ווי דער טאג, אז איך גין בּאגאנגען א מאָרד, אדער אז איך האפ אינטערגעצינדן אַ שרפה אין אַ רוּאיק דאָרף,- בּעת בּיי מיר איז נישט ,גוט" אוּן נישט שלעכטי, און איך קרעכץ, איך פּייניק מיך וי אַ מערדער פון גרוֹיס לאנגווייליקייט, פוּן מורא פאר יסורים און- פוּן גרוֹיס נארישקייט...

אָט, למשל, מיין פריינטשאפט-געפיל צו היימאוויטשן ­אין פּלוּג, וואס האט דא צו טאן גריבּלערײ? און פונדעסט וועגן האבּ איך זיך וויפי? מא? געגריבּלט דערין, כ'האבּ אַנאי ליזירט מיינע קלענסטע, מיינע לופטיקסטע פילונגען-- און איך האג געפונען ,פּגימות"...

און מיין צוציאונג-געפי? צוי יענעם מיידעל... ניין, ניין! װאָס פאר א ליבּע! פארוואס בּאנוצט מען זיך בּכלל מיט דעמדאזיקן דערהוֹיבּענעם און טייערן ווארט פאר דעם געפיל, װאָס אמ אַ נס בּ יל פילט צו עפּעס אַ מייד?, ווען אפילו דאס דאזיקע ציציאונג-געפי? זאָל זיין שטארק קאנפּליצירט, אוּן נישט בּלוֹיז הוֹילע און פארקנעכטנריצע תּאוה! טאָ בּכן. אָבּער ניין... איך קער זיך אום צו חיימאָויטשן,

חײמאָאוויטש| עטלעכע הונדערט מייל שיידן אוּנו איצט אָפּ איינעם פון אנדערן, אָנּער ער שטייט נאך פאר מיינע אוֹיגן, דערדאָזיקער קליינגעוויקסיקער אוּן דאריפּנימדיקער יונגערמאן, מיט די קליינע, גיכע, שווארצע אוֹיגן, װעלכע 3 1