פארמאגן עפּעס אַ בּייזן אויסדרוק און וואס פונדעסטוועגן קוקט פון זײ ארוֹיס אוֹיך א תּמימות, א משונה'דיקע און אייגנ. ארטיקע תּמימות, נישט קיין נארישלעכע-- און אפשר יאָ. איך זע אין איצטיקער מינוט זיין פּנים. איך הער דעם קו? פון זיינע רייד, װעלכע איבּערצייגן אין עפעס- ער איבּערצייגט דאָך תּמיד אין עפעס אמתן-- און איך זע אוֹיך זיינע לעבּ. האפטע און שטארק נערווצאישע הענט.בּאוועגונגען. יאָ-- זיינע נערוון זענען תּ מי ד געווען אוֹיפגערעגט. יעדע קליינע זאך, יעדער מינדערװערטיקער פאקט פלעגן בּיי אים ארוֹיסרופען אַ מיטגעפיל:פרייד אָדער אַ אָנפאל-צארן. זיין התפּעלות איז געווען װי פון אַ קינד. וי אַ טייל פון חיימאָװיטשן וועבט זיך אוֹיך בּיי מיר אין פידזשאק, זײ, רעקל, ואס ער האט געקוֹיפט אוֹיפן קליידער-מארק מיט דער רוֹיטער, רוסישער בַּלווע פון אונטן.
און איך שילדער אים און וויל אים כאראקטעריזירן, שרייבּ איך אים צו, טראָץ מיין גאנצער פארזיכטיקייט, אַ סך עטריכן פון מיין כאראקטער, וייל פון איין זייט זענען מיר בּיידע גלייך בּיי דיר אדער אנדער זאך, און פון דער צווייטער זייט, בּין איך זייער סובּיעקטיוו: מיר דאכט זיך, אז ס'איז אוממעגלעך, אנדערע זאלן נישט פילן מיינע געפילן און זאָלן נישט דענקען אין אזא פאָרם,! װי איך טו עס, און די. דאזיקע אייגנשאפט מיינע פארשאפט מיר אפט אומאַנגעג. מלעכקייט אין א היפּשער מאס. איך געדענק די שעהן, ווען איך האָבּ געמוזט וװאוֹינען בּי אים אין דירה. ער פלענט א סך רעדן מיט גרייס פארגעניגן. װײל די לעבּנס.-פרייד, וואס ליגט בי אים אין דער נאטור, מאכט אים ליבּ דאס שמועסן און זֵייצר געזעלשאפט. אָבּער מיר, װאָס די מעגלעכקייט זיך צו פאריינזאמען, נישט צו קוקן אוֹיף מענטשן, האט זיך בּיי מיר אין יענע אָוונטן גערעכנט פאר א גרוֹיס גליק, וואס האט צו זיך קיין גלייכן נישט.-- מיר האט זיך אוֹ סגעדוכט, אז מיין געזעלשאפט איז אַ גרוֹיסע לאסט פאר חיימאָוויטשן און אז מייו זיין בי אִים אין צימער רעגט אים אוֹיף,
14