אַן אומפארשטענדלעכער סוֹד. וואס בּאגראָבּ איך מיך אין ווערי טער? וואס איז די גרוֹיסקייט, וואס איך זע איין אין מיין פאָלק? צי דארף איך טאַקי בּאמת זאָרגן פאר דער אוֹיפהאַלי טוּנג פון דער נאַציאָנאלער געשטאלט? עס רירט מיך דען בּאמת אָן די אוֹיפהאלטונג פוּן דער פארגעסענער שפּראך 1 אנהענגער פין טאָלסטאָיען זאָרגן דען פאר אזעלכע זאכן? דער עיקר איז דאָן די אינדיווידועלע פארפולקאָמענונג אוּן דאס איבעריקע-- דאס זענען דאָך בּלוֹיז סאָפיזמען, ווערטער" שפּילן! די טראַגעדיע פוּן יידן-- דאס איז בּלוֹיז די טראגעריע פונם שוואכן אין א וועלט, וועלכע פירט זיך נישט-יוֹשרדיק און אוּמגערעכטיק. ס'איז זעלבּסטסארשטענדלעך, אז דידאָזיקע קלאָרקייט* פלעגט זיך נישט ציען זייער לאנג, און איך פלעג זיך צוריק אומקערן צו מיינץ פריערדיקע מיינוּנגען. וי ס'זאל נישט זיין, דידאָזיקע זאכן האבּן מיר פארשאפט יסורים אוּן גייסטיקע ליידן. נישט אזוֹי איז געווען מיט חיימאָװיטשן. ער איז טאקי תּמיך גרייט געווען צוּ דיסקוטירן וועגן נאציאָנאליזם און קאָסמאָפּאָליטיזם, אבּער דאס איז אלץ געווען בּלוֹיו טעאָרעטיש און נאר בּנוֹגע אנדערע פעלקער; אָבֶּער צו דיסקוּטירן מיט זיינע חברים וועגן ענינם פוּן יידנטים און וועגן ציוֹניזם האט ער געהא?טן לגמרי פאר איבּעריק: דאס זענען אלץ זאכן, וואס ס'איז גענוג מיט איין בּליק דערזען זייער גאנצע נישטיקייט, זאכן, וועלכע זענען שוֹין אָפּגערעדט געװאָרן בּעת די לאנגע ,דעבּאטן", וועלכע זענען פארגעקומען אויף דער גרוֹיסער דיסקוסיע.פארזאמלונג צווישן ד! ציוניסטן און זייערע קינדער. דאס וואס דורכן ציוֹניום ווערט מען נישט געפערלעך פאר דער מאכט- דאס אליין געניגט דאך שוין מבטל צו מאכן דידאָזיקע אידעע כּעפרא דארעא. אמת, וואס ס'איז שייך מיר, פלעגט חיימאָויטש יאָ אמאָל האלטן פאר זיין פליכט אוֹיפצוּווייזן מיר מיין טעות. ווען איך פלעג אָנהוֹיבּן רעדן וועגן די אינערלעכע ריסן און וועגן די פארבּאָרגעבע װידערשפּרוכן, וואס זענען פאראו אינם לעבּן פון דער יידישעך 133
Druckschrift
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
133
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten