Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
132
Einzelbild herunterladen

וועגן דער גרוֹיסער אוּן אוֹיסטערלישער היסטאָרישער טרא געדיע פוּן אן אַלט פאָלק, וואס גוֹססט בַּיי צוויי טוֹיזנט יאר, בּרענט אוּן ווערט נישט פארברענט; וועגן דעם קאַמף פון זיינע אידעאַלן און זיין אוֹיפפאסן די וועלט, דעם מענטש אוּן דאס לעבּן- מיט פרעמדע וועלט.אנשוֹיאונגען; וועגן זיינע אוֹיסגעצייכנטע זין, וועלכע פוֹילן אין די קעלערס אָדער וועל. כע פארלאָזן אים, גיִען אַװועק אין אנדערע ועלטן אוּן זיין צָנדענק װערט פוּן זייער הארץ פארגעסן ן וועגן דער פאר. אכטונג און אָרימקייט, וואס די גאנצע וועלט טיילט צוּ דעמ. דאָזיקן איינגעבּוֹיגענעם גאוֹן; וועגן זיין דערוואכן צו אוֹים. לעבּוּנג און דער מעגלעכקייט פוּן זיין אוֹיסלייזונג און די אוֹיסלייזוּנג פון זיין גייסט; וועגן זיין ליטעראַטוּר אוּן זיין געדאנק, וועלכע ווערן צעבּרעקלט אוּן צאַפּלען זיך... פאַרשטייט זיך, אז צוּ קיין רטאַלן, פּראַקטישן געדאנק, דאס הייסט: צוּם ציוֹניזס אין גלייכן אוּן אָנגענוּמעגעם זין פון װואָרט, האָבּן מיך דידאָזיקע לייכטע טראַכטוּנגען מיינע נישט געקענט דערפירן, דער אַנטײיל, וועלכן איך האָבּ גענומען אין דער ציוֹניסטישער ארבּעט, איז דאַן געווען אַ בּאַגרעניצטער אין אַ מאָדגער סיי צוּליבּ דעם, וואס מיר פעלן די אייגנשאפטן פון אַ געזעלשאפט. לעכן טוּער,- אַ רעזוּלטאט פוּן מיין נטיה צו איינזאמקייט, צוּ בּוַאָבאכטונג אוּן אַנאליזירוּנג,- אוּן סיי צוּליבּ דעם,-- וואס ס'איז אייגנטלעך דאס זעלבּע-- וואס מיינע מיינוּנגען וועגן יידן אוּן יידישקייט זענען געווען צוּ סקעפּטישע. אמאָל פלעגט בַּיי מיר גוֹבר זיין דער גייסט פוּן ,אַלגעמײינקייטי, פוּן כּלוֹמרשטער דערהו בּוּנג איבּער די אינטערעסן פון די פעלקער, שפּראַכן אוּן לענדער, אוּן דאַן פלעג איך זען נישט מער, וי דראַמעס פון סתּם-מענטשן אוּן נישט פוּן גלירער פוּן איין נאַציע, וועלכע געפינט זיך אין אַ געוויסער לאַגע. ,נאַציאָנאלע אוֹיפּלעבּוּנג... יידישע שאַפוּנג... אַ ליטעראַטוּר אויף העבּרעאיש.. אידעאַלן פון יידנטום... נאַציאָנאלע דערקענטניש... אָנטוויקלונג אין פאָלקסגייסט"...-- דאס אלץ פלעגט פוּן מיר ארוֹיסַפלִיען בַּיי אַ געוויסן גייסטיקן צוּשטאנד אוּן סיפלעגט דערפוּן ווערן עפּעס 112