ווילנדיק, האָבּ איך פארלוירן דעם וועג אוּן איך האָב פארצייכנט אַ זייטיקן פאקט, וועלכן מ'האט געקענט דורכלאָון, וי אַ סך פו זיינסגלייכן, אוּן בּאַזוּנדערס ווען איצט, בּעת איך בּין ווייט פוּן בּוקן זיך פאר דער;ארבּעט אוּן אירע פּרעי דיקער", קען איך נישט בּאַלייכטן- דעמדאָזיקן עפּיזאָד אל זייטיק. איצט דאכט זיך מיר, אז ס'איז געווען אין דעם אַ סך יינגלשקייט אוּן בּאַרימערישקייט, נאָר מןהסתּם זענען געווען דערין אוֹיך ,אנדערע עלעמענטן". אַ קיצור, איך קער זיך אום צו מיין צוגעבונדנקייט צו טאָלסטאָיען אוּן צוּ מיינע דיסקיסיעס מיט חיימאָוויטשן. דער לעצטער פלעגט זיין מיין קעגנער אין דער הינזיכט. עי האט געהאלטן פוּן דער השפלה און פוּן דער וויסנשאפט, ער האט אוֹיפגעוויזן זייער נוצן, ער האָט געגלוֹיבּט אין פּראָגרעס, וואס וועט קוּמען, ער האט געשריגן, אז טאָלסטאָי איז נישט מער ווי ,א גראף אַ בּעל-תשובה", אַ גראף אויך אין זיין נייער שיטה, אז טאָלסטאָיס פירונג איז נישט אין הסכּם מיט זיינע טעאָריעס, אז ער האט ליב די סענסאציע, אז ער עצהט זיינע חבריםיגראַפּן, זיי זאָלן ווערן שוּסטערס, אָכּער וואס זאָלן טאָן, לוֹיט זיין מינוּנג, די שוסי טערס, וואס האָבּן קיין בּרוֹיט נישט? וויאזוֹי וועט זייער לאגע אוֹיסגעבּעסערט ווערן דורכדעם/ חיימאָוויטש איז שפּעטער אַליין אן ארבּעטער אין אַ פאבּריק, אָבּער געבּראכט דערצוּ האט נישט טאָלסטאָיס לערע.
בּיזאַהער אַ כּיסל, וואס איז שייך מיין אלגעמיינער וועלט. דאָ פלעגט מיין קעגנער דיסקוטירן, בּרענגען בּאווייזן, ציטירן רוּסישע אוּן דייטשישע זשורנאַלן, אוֹיסרוּפן: מאַרקס זאָגט אין זיין בּוּך... ענגע?ס קוּמט צוּם אוֹיספיר אין זיין ארי טיקל... בּעבּעל האט אוֹיפגעוויזן אין זיין רעדע... אָגֶּער גאָר אנדערש איז געווען דעמדאָזיקן חבר מיינעם בּאציאונג צוּ די אינטערעסן פוּן מיין יידישער ווע?ט, די וועלט. וועלכע איז געווען בּלוֹיז מיינע און אין וועלכע חיימאָוויטש האט קיין אנטיי? נישט גענומען: צו מיינע טראַכטוּנגען וועגן ,די קִיגי דער, וואס זענען פארטריבּן געוואָרן פוּן זייער פאָטערס טיש",
11