Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
130
Einzelbild herunterladen

אָריגינעלע שלעכטס איז מיר נאך, יוֹי געזאָגט, געווען פרקמד, דעריבּער האט זיך נאך דאַן נישט דערוועקט בּיײ מיף אזא געדאנק: וויבּאלד די מענטשן ,וויילן אוֹיס" פּוּן אײבּיק אָן צו לעבּן אזוֹי און נישט אנדערש, צוּ יאָגן זיך נאך נישטטיקייט, צוּ פארקוֹיפן די אייגענע בּרידער פאר צַ גאָלדן קייטל, ארוֹים. צוווארפן אלע שווערע ארבּעטן אויף אנדערע, צו הערשן איינער אויפן אנדערן און צוּ פארשאפן אומעטום און שטענדיק בּאדינגונגען פאר יסוּרים; וי באלך פוּן אייבּיק אָן פירט מען די בּעסטע אוֹפּן עשאפאָט, מען פארשטיינט די הייליקסטע מיט שטיינער, מ'לאכט אָפּ פוּן די ריינע, און דאס פארשייטע גי לעכטער, דאס;טריאוּמפירנדיקע" געלעכטער פוּן די בּלינדע, וואס זינקען הילכט אינדערלופטן,- הייסט עס דאָך, או די צקזיסטענץ בּכלל איז זייער אן אכזריותדיקע זאך, אַ גראָבּע, חיהשע זאך, אוּן די וואס אנערקענען די אכזריותדיקייט און די חיהשקייט פון דער צקזיסטענץ, זענען זי עס די ק-אנקע, די בּעל-מום'ס, וואס ס'האט פאר זי גאָר קיין זין נישט צו לעבּן, נישט בּלוֹיז ווען זי איז בּאשערט אומצוּשליידערן זיך אין כּף-הקלע, נאר אפילו ווען ס'האט זי אפּגעגליקט אנטייל צוּנעמען אינם בּלוּטיקן מאָלצייט. יאָ, דאמאָלס האפ איך עס נישט פארשטאנען. ס'אין נאך דאמאָלס נישט געווען אראָפּגע. נוּמען די מאסקע פין דער וועלט... דער עיקר פונם ,שלעכטס" איז דאן געווען, אין מיינע אוֹיגן, דאס, וואס איך עס בּרוֹיט מיט ציבּעלע יעדן טאָג, און וואס מיין ארבּעט פאר די מענטשן איז בּלוֹיז דאס לערנען העבּרעאִיש- אַ צווייפלהאפטע ארבּעט-­אוּן דעריבּער האבּ איך געפּרוּבט זיך ארומצוּדרייען צווישן די כּעל-מלאָכה'ס אין שטאָט, צווישן די סטאָליערס, שניידערס, שוסטערס, מיטן געפיל פו אַמענטש, וואס האט בּאטלאָסן צי ענדערן זיין גאנצן לעבּנסשטייגער, און בּעטן זיי, זיי זאָלן מיך צוּנעמען צו דער ארבּעט אלס א לעריינגל. ס'איז זעלבּסט. פארשטענדלעך, אז איך האָבּ בּלוֹיז דערוועקט בּיי די בּעַל. מלאָכה'ס. שטוֹינוױנג, פארדאכט און שִפּאָט... יאָ, בּיי וואס האלט איך! וואואַהין גין איך פארקראָכן! וע גאָר, כּמעט נישט. 130