Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
136
Einzelbild herunterladen

אים עקזיסטירט נישט קיין אַנדער לעבּנספראגע. אלץ גייט בַּיי אים אריין אין דערדאָזיקער פראגע, וועלכע האט פארשלונגען זיין גאנץ לעבּן. איך, וויי צו מיר, קען מיר נישט אלץ אווֹי קלאָר מאכן. אמת, אוֹיך אין מיין לעבּן זענען געווען צייטן, ווען איך בִּין אינגאַנצן געווען פארזוּנקען אין דערדאָזיקער אײבּיקער פראָגע און איך בִּין בּנוֹגע איר מיטגעשלעפּט גע. װאָרן מיט די חיימאָוויטשעס, און דאן האָבּ איך געזען אין איר און אין איר לעזונג אַלץ: דעם קאמף פון יוֹשֶר זוּן גערעכטיקייט, די אידעאַלע שטארקייט, די וועלט:פארבּעסערונג, דעם פּראָטעסט פּוּנם מענטט און די פארקערפּערונג פון זיין גייסט. אָבּער צוזאמען מיט דעם נתפּעל:װערנדיקן אין מיף פלעגן אויך אוֹיפקומען דער קריטיקער און דער אַנאליזאטאָר אוּן זי פלעגן מיך אָנפילן מיט ספק און אפיקורסות, אוּן זי פלעגן מיר בּאווייזן א סך דאָןקיטאָטיזם, בּאגריפן-צעמישונג, וואוּל גאריטעט, מיאוסקייט און לעכערלעכקייט, אוֹיבּנאוֹיפיקייט, נאַרישקײיט, פאַרבּאָרגענעם אומגלויבּן, נישט--אוֹיפריכטיקע בּאַ. ציאוּנג, אַ מאָדנע און משונהדיקע אונטערטעניקייט לַגבִּי די נישט.יידן, אַ נישטיגוטע באציאונג צו יעדערן, וואס געהערט צו אן אנדער געזעלשאפט, דעמאַגאָגיע, אוֹיפגעצוואונגענקייט און די אנדערע זאכן, וועלכע זענען אייגנטימלעך פארן קאמף פון אַ בּאשטימטער פארטיי. אוּן ס'האט נישט לאנג געדוֹיערט, אוּן אסך פון מיינע ,אלטע ווערטן" האבן זיך גענומען נאכמער וואקלען, און בּאזונדער דער ווערט פון דער ,געזעלשאפט. לעכער ארבּעט", פון אירע העלדן און אירע רעזולטאטן. דאן האט זיך בּיי מיר דערוועקט דער שווארצער יאוש אין בּאַצוּג צום לעבּן, אין וועלכן איך בִּין געווען אריינגעטאן, און דאן האבּ איך דערזען, אז אויך דערדאָזיקער ענין איז נישט מער וי די פארקערפּערונג פון אט דעם לעבּו גופאַ.