Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
151
Einzelbild herunterladen

טו.

אין צייטן אַזע?כע, ווי איך האָבּ אָקאָישט גּאַשריבּן, לעג איך מיך זײיער פּייניקן און פלעג האַלטן פאַר אַנידע: ריקייט פון מיין זייט וואס מיין מאַטעריעלע לאַגע ווירקט אויף מיין גייסטיקן צושטאַנד. אָבּער אין אַזאַ צושטאַנד האָט זיך מיין גייסט געפּוּנען אויך אין די מערסטע טעג פוּנם לעצטן זוּמער, װואָס איך האָבּ געוואינט אין, כאָטש אין דער* דאָזיקער צייט האָט מיר נישט געפֿעלט נישט קיין דירה, גישט קיין בּרױיט, נישט קיין בגד,

אָיונט-ציט. די היץ פון דער לופט ווערט קילעך און אָנגענעמער. די הימל.בּלויקײט, וועלכע איז בּאַזױימט פּוּרפּוּר אוּן גרין, הילט זיך איין אין אַ קלאָרן אוּן דוּרזיכטיקן דינעס נעפּל. די זון, וועלכע שימערירט אין דערהויבּענער שִלוה ווערט גרעסער, רוֹיטער און טוּנקעלער. דורכן פענסטער, צי וועלכן איך קוּם אָפט צוּ, אַרוּמגײענדיק אין מיין צימער פוּן ווינקל צו ווינקל, זע איך דאָס לעבּן: אַ מאַסע מענטשן פאָרן, לויפן, יאָגן, שטויסן זיך, שרייען. קראָמען אוּן פאַרקויף-טישלעך. אין זי אוּן לעם זי-- ווייבּער איינגעשמירטע אין נאַפּט און דזיעגעכץ אוּן מנווולדיק קליינוואַרג. גרויסע יידן, װאָס פאַר: קויפן בּאָבּ אוּן אַרבּעס. מויערן, תפיסות, פילאַנטראָפּישע הייזער, קאַזאַרמעס, קלויזן, טוּרעמס פון קריסטלעכע געבּעט-הייזער אוּן הויכע קוימענס פוּן פאַבריקן. אוּן פֿוּנדערווייטנס-- דער שטאָט גאָרטן, דער שפּאַציר-גאָרטן, ער איז בּאַזײט מיט וייסע היט. אַהין איילט איצט אויך די טאָכטער פוּנם בּאַלעבּאָס פון מיין וואוינוּנג, וועלכע האָט אַקאָרשט פאַרענדיקט דעם פּֿיינעם ראָמאַן אוּן איצט פּוּדערט זי זיך,

151