Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
152
Einzelbild herunterladen

אוּן אין די איבּעריקע צימערן זינגט דער בּלאַנקענדיקער סאַנאָואַר זיין ניגון פון װואַרטן אויפן בּאַלעבּאָס פונם גרויסן מאַנופאַקטוּריגעשעפט, וועלכער וועט אינגיכן קוּמען טרינקען טיי. די קליינע שטוביקע מיידעלעך צוויטשערן אין קרימען די פּנימער, נאָכמאַכנדיק, שפּילנדיק זיך, די גרויסע פריינדנס פוּן זײער עלטערער שװעסטער. דאָס יינגל, דער שילער פין דער קאמערץ.שולע, שטיפט אַרוּם, אַמפּערט זיך מיט דער מוּטער און שפּאָט-נאָך אירע שטראָפרײד, אָבֶּער בּאלד דער. שרעקט ער זיך פאַר די טריט, ואָס הערן זיך אין קאָרידאָר און ער נעמט זיך צוריק צום השבון אוּן צים סינטאַקסיס, די דיקע, צעגאָסענע נאַדאַם, װואָס איז מיד געװואָרן פּרעג. לעגדיק אַ גאַנצן טאָג, קרעכצט. די רוּסישע דינסט נאַשט מיט אַפּעטיט זיסװאַרג און פּוּצט זיך אויס אין איר ,קעכטע", כּדי אינאָוונט אַרױסצוּגײן אין טויער אַריין און זיך ווייזן פאַר דער וועלט,

בּלױז בּײי מיר אין צימער איז אַלץ נישטיק, צעקראָכן, אָפּגעשטאָרבּן..,:

אַ שטיקנדיקע שטילקייט...

אַ ווערימל נאגט מיין האַרץ אָן אויפהער, אָן אַ סוף...

אוּן אין מיין פּוּסטן מוח װאַקסט אַ בּאַרג פוּן פוֹי. לעניש-- אוּן אויפן בּאַרג ווידמענען זיך ווערים... אַלע קלאָגן זיך אויף דער לאַנגוװײליקייט, קלאָגן זיך אוּן זוּכן מיטלען, וויאזוי זי צו פאַרטרײבּן.. זי זוכן און מיינען, אַז זײ וועלן געפינען... בעלער, טענץ, צירקן, טעאַטערן, בּיכער... פאַרשאָלטן זאָלן זי ווערן...

;אין דענדאָזיקן לאַנגוֹײל ווי? איך אַליין זיין'-­דערמאָן איך זיך דעם ווילן פונם דיכטער. אָבֶּער אין דער טיפעניש פוּן מיין נשמה, נאָך טיפער פוּנם אָרט, וואוּ ס'בא" האלט זיך דער פארלאנג צוּ זיין אליין, רוּדערט עפּעס אַ שאָטן פוּן אַבּאגער, אז צו מיר זאל עמיצער אריינקומען: חיימאָוויטש, יודלין, אפילו פיסמאַן אדער קליינשטיין... דערמאָן איך זיך דאַן אֶן דער אויפגעצוואונגענער השפעה, וואַס עס האָט אויף מיר

12