איך הער זיך אפּאטיש צוּ צו זיינע געטאָקטע פראזן וועגן דער פליכט צוּ זיין א פרייער מענטש אוּן וועגן דעם אוֹיפ. הוֹיבּן זיך איבּער אָרט אוּן צייט, און אין מיין זכּרוֹן שווימט אוֹיף א מטושטשדיק בּילך פוּן דער לעצטער הוליאנקע, װעלכע איז פאָרגעקומען אין דעם זעלבּן יודלינס וואוֹינונג, אוֹיך לוֹיט קליינשטיינס פאָרשלאג, ווען דער בּאלעבּאָס פון דער וואֹינונג האָט פארלוֹירן די גיטע לעקציע בּיי די דאָבּקינס. צוּם אָנהוֹיבּ האָט יודלין אוֹיכגעדריקט, כאָטש ער האָט זיך געשעמט, אז מ'װעט אים חוֹשד זיין אין קארגשאפט אוּן אין מוֹרא-האבּן פאר'ן בּאלעבּאָס, זיין עגערגישע קעגנערשאפט, וועלכע ער האָט אוֹיך דערקלערט מיט געטאָקטע פראזן, אבּער סוֹף פֹּל סוֹף האָט ער זיך אונטערגעגעבּן, פערשטייט זיך, אוּן װי ער האָט נאָר אוֹיסגע. טרונקען האט ער פארגעסן. צו קוּקן אויף דער טיר אין צי װאָרענען מיט זיין זיסער שפּראך די קאָמפּאניע, מ'זאָל נישט הוליען צוּ פיל, אוּן איינס אַזיגער נאך האלבּער נאכט, ווען פיסמאן האט אנגעהויבּן האקן מיט דער פֿױסט אן טיש אוּן צוּ שרייען מיט א הייזעריק קוֹל פוּן א שיכּור- דערקענענדיק דוּרכן רויך, װאָס בּיי אים אין קאפּ, זיין נארישקייט אוּן מוֹראהאָבּגדיק אין הארצן פאר אירע רעזולטאטן(זיצן אין דער פינצטער און בּאצאלן),- אז ער וועט בּאלד אויסדריקן זיינע געפילן, אז ער וויל זינגען, דאס הייסט, ער וויל צעבּרעכן די לאמפּ וואס אויפן טיש,-- האט זיך אין צימער אריינגעריסן מיט א דערשראקן קוֹל, דער בּאלעבּאס אױסגעפּוּצט אין זיינע ווייסע תחתונים אוּן האָט גענוּמען שרייען:
-- גויים! משומדים! שיכּורים! כ'װעל אייך פוּן מיין שטובֿ אַרױסטרייבּן! איך וויל דאָס נישט האָבּן אפּילו איר ואָלט מיר געבּן פופּציק רוּבּל-- װיל איך דאָס נישט... אַ שריפה װילט אִיר מיר אָנכאַכן צין מיין שטוב? האָלעדריגעס!.. אויך מיר משכּילים... דלפונים!., אָ, פּיסמאַן אויך!.. פע... כ'װאָלט מיך קיינמאָל נישט גערירט דיך דאָ צוּ טרעפן... א בּאַלעבּאַ. טישער בּחור... מ קען זיך דאָך עס גאָרנישט צוּ גלויבּן... טרינקען װי אַ גוי, בּרעכן לאָמפּן, אָנמאַכן סקאַנדאַלן,.. סע.,.
176