זיך מיט אַ פולשטענדיקער גליימגילטיקייט צוּ דעם, װאָס קומט פאָר בי אים אין צימער) אן ער ,מאַכט זיך טרינקענדיק" פאַר די אַלע אוֹיבּנאויסגערעכנטע זאַכן. קליינשטיין זיפ8ּט אוֹיסטערלישע זופן אוּן בּאַמיט זִיך צו מאַלן אַן איינדרוּק מיט זיין הע?דישקייט צוּ טרינקען. פיסמאַן שאָקלט מיט זיין קליינעם קאָפּ מיט אַ מין בּיטערן יאוש, ער קלאָגט, אַז דאס. דאָזיקע בּיר בַּרענגט נישט קיין היילונג און פאַרגעסונג, אוּן אַז ער טרוימט וועגן אַן אַנדער בּיר, אַ שטאַרקערעס דערפון, יודלין האַלט אַ כּוֹס אין זיין ציטערנדיקער האַנט און די משקה 'יסט זיך פין אים צוזאמען מיטן שטראָם פערדרייטע ווערטער, ואָס גיסט זיך פון זיין מוֹיל.
- רבּוֹתי, רבּוֹתי, שווייגט, וואס איז דער געשריי? איר הזערט? איך טרינק... יאָ, איך טרינק פאַרן אידעאַל פון שטאַר. קייט, אויב ס'איז דערלוֹיבּט אַזוֹי זיך אויסצודריקן... ס'הייסט... יאָ, פארן אידעאַל פון שטארקייט.... דאַוײידאָווסקי דערמאנט אוּנז דאָס בּילך אוּן ,פונדעסטוועגן", אבּער ער אליין איז נישט ,אַזאַ"... איך.. איך בּאפעל און זאָג: דאווידאווסקי דערמאָנט אוּנז דעם גרוֹיסן אוּן דערהוֹיבּענעס רוף, דער צענטראלן פונקט פוּן אונזער גײסּטיקן צושטאנד. אוֹיבּ ס'איז דערלויבּט זיך אזוי אױיסצוּדרוקן, ס/הייסט.., דעם רוף: ,אוּן פוּנדעסטוועגן!"-אוּן ער אליין, דאווידאווסקי, האָט אפילן פארגעסן דעמדאָזיקן רוֹף... האבּ אים אַ שווארץ יאָר! אזוי באשליס איך, איך יוּדלין!.. אַ, וואס הירזשעט דער אייז?! ,אלע דיכטער זענען פאלש- אוּן זאראטוסטרא איז א דיכטער",. נוּ!.. איך טרינק... חיימאָויטש, פייערמאן, איז דאך דײַנער א גוטער פריינט.. ניין? חיימאָוויטש, די טרינקסט אויך! דוּ טרינקסט נישט.. דער פּעסימיזם, ובּוֹתי, איר הערט, איך זאָג, דער פּעסימיזם איו... איז... אוֹיבּ ס'איז דער לויבּט אַזוֹי זיך אוֹיסצודריקן... יאָ, איך טרייק...
- אָבּער טרינק שוֹין אַ מאָל, טרינק-- פאַלט אֶן קלייני שטיין אוֹיף די אַלע, װעלכע שרייצען כּסדר ,איך טרינק* און טרינקען נישט.
13