פעאיק צוּ קיין שום זאַך; דאַן וועט פאַרלוֹירן גיין דאָס לעצטע בּיסל אַכטוּנג, װואָס איך האָבּ פאַר זיך.
- װאָס ס'איז פ אַי אַן צו ויסן- האָסטוּ דאָס זיך דען דאָ נאָך גישט דערוואוסט?= האָט דאַװוידאָווסקי שטילער. הייט בּאַמערקט, ווען איך האָבּ אים אוֹיסדערציילט וועגן מיין בּאַשלוּס אַוועקצוּפאָרן, אוּן דידאָזיקע בּאַמערקוּנג זיינע האָט בּאַ מיר אַרוֹיסגערוּפן אַן אוּמאַנגענעם געפיל, כּמעט א פאַריבּל. איך האָבּ געװאָלט גלוֹיבּן אוּן זיין זיכער אין דער גערעכטי. קייט פון מיין שטרעבּונג. די עיקריפראַגע איז בּיי מיר געווען דאָס בּאַקוּמען די מיטלען..
װאָס טוט מען? זיין אַרוּם אַ יאָר אַ מלמד אין אַ דאָרף אוּן צוּנוֹיפזאַמלען די סוּמע, װאָס איז נוֹיטיק אוֹיף דער נסיעה? אמת, דער צי? איז אַ גוּטער, אֶבֶּער זיין אַ גאַנץ יאָר אין א דאָרף אָן אַ בּאַקאַנטן, אָן בּיכער, צווישן גראָבּקײט און פאַר. טעמפקייט!.. איך שטיי אוֹיף דער שווע? פוּן לעבן-- איך דאַרף מאַכן אַ טריט אוּן אַריינגײין אין זאַל אַריין-- און פּלוצים זאַל איך פאַרלאָזן דאָס שטאָטישע לעבּן!.. און בּאַקוּמען, ווייי ניקסטנס אַ לייטישע ,קאָנדיציע" איז זייער שווער, ווייל ס'איז פאַראַן מער בּחורים.לערערס, איידער דערפער, וואס זוכן?עי רערס. ס'וואָלט, אמת, גוט געווען אין מאַטעריעלער הינזיכט-װאָס דאָס איז דאָך לעת עתּה דער עיקר-- זיך צו בּאַזעצן אוֹיף אַ יאָר צייט אין מיין געבּורטשטאָט צ., דאָרטן וואָלט איך לייכט פארדיגט, וויפיל איך דאַרף, אָבּער פֿאָרן אַהיים צוּ מיינע עלטערן-- ניין, דאָס איז אַ זאַך װאָס איז אוממעגלעך!..
אַפילוּ דער געדאַנק אַלין וועגן פאָרן אין דער שטאָט, וואוּ עס וואוֹינען מייגע עלטערן, איז נישט געקומען פוּן זיך אַליין, נאָר אַ דאַנק אַ בּריוו, װאָס איך האָבּ בּאַקוּמען פוּן עוֹ. בדיה'ן, דעם רבּ'ס זין, אַ לאַנגען, מליצה'דיקן בּריון, כאָטש דער שרייבּער האָט געפוּנען פאַר נוֹיטיק צים סוֹף ,צוּ בּעטן בּיי מיר מיין פאַרגעכּונג הלמאי זיין גייסט האָט אוֹיסגעקליבן זיך מיר צו צאַווייזן דוּרן דעױ געדיכטעגיש פוּנים וואָלקן אוּן פוּנ'ם נעפל פוּן מליצות אוֹיסגעדראָשענע, וי עס טוּען די
16