יט
מיינע עלטערן. כאטש זי האבּן פוּן מיר נישט דערהאַלטן קיין שום ידיעה, האבּן פוּנדעסטוועגן געוואוּסט אויף זיכער, אז איך וועל קומען, אזוי האָבּן זי דערנאָן אליין געזאָגט אוּן צוויי זאכן זענען פאַר זיי געווען אַן אנזאג פױן מיין קומען: אַ שפין איז אינדערפרי אראפ פונם בּאַלקן אוֹיף דרערד, אוּן אונזער ווייסע קאץ האָט זיך געוואשן אוּן גערייניקט, ס'הייסט, זי האָט געריבּן מיט איר לאפּקע אָן מאָרדע. די קאַץ איז טאקי אַ טמאדיקע חיה, אבּער וואס סאיז שייך צוּם טרעפן, איז נישטא קיין בּעסערע נביא אוּן טרעפער פון איר,
די מצוה פון דער בּשורה איז אריינגעפאלן צוּ איינעם פוּן די יינגל ך, וואס בּלאנקען ארואַ אין,
ס'האָט זיך צעשטורעמט די אָרימע וואיינונג! דער טאטע האט פארלאָזן דעם לערנטיש, אויף די ליפּן איז אים נאָך פארבּליבּן אַ ניגו,-טראָפּ פון ,פזריסגול" און מיט זיינע גרויע אויגן קוקט ער זין אין מיר איין א רגע, ווי ער וואלט זיך מיישב זיין, צי בִּין איך ווערט, ער זא? מיך ארומנעמען. נאר צולעצט פאלט ער מיר ארויף אויפן האל מיינע קלֵיינע בּױידער און שוועסטער, מיט אפענע מיילער צו קושן זייער ;טייערן בּרודער", שלעפּן מיך אראפּ. די מאמע ווייס גאר נישט, וואס טוט זיך מיט איר:
-- אוי, ירמעלע, אוי, זוּן פיינער... װאָס מאכסטו, װאָס מאכסטו, מיין זוּן! ר'איז געקומען... צוויי יאָר... צוויי יאָר... ירמעלע.. זון מיינטר...
צוּ מיין פארוװונדערוּנג האבן מיר טרערן געשטיקט אין האלו אוּן איך הא נישט געקענט קיין קלאנג ארויסגעבּן. מיט גרויסער שוועריקייט חאב איך זיך איינגעהאלטן פון ווייי
184