- וואס זאג אין דען, בּהמה? װאָס טוּ איך? איך פאַ? דען אָן אויף אים, חלילה? איך זאָג אים דען שטראָפּרײד? איך בּין זיכער, אַז ער וועט אַליין נישט זיין אין כּעס אויף מיר אוּן אויף מיין שִמוּעס.. וי ס'זאָל נישט זיין, בִּין איך דאָך זיין טאַטע... ער פאַרשטייט דאָך, איך מיין פוּן זיין טוֹבה וועגן... און װאָס רעד איך דען?. אדרבּה, איך פריי זיך שטאַרק מיט זיין קוּמען... איך פריי זיך זייער... אָפט פלעגן אויף מיר אָנקומען מינוּטן ממש נישט צוּם אױסהאַלטן... אוי, ירמיה האָט דאָ געדאַרפט זיין; אוי, איך וויל זען ירמיהן! אוּן אָט איז ער געקומען, בּרוך השם, אוּן װאָס נאָך!... איך רעד סתּם... אין דער וועלט אַרײין... יאָ.. נוּ, דערלאַנג, יהודית. מים אחרוֹנים!.,(קיינמאָל היט עס גאָרנישט אָפּ, אבּער דא האט ער גראד געפונען אַ פּאסיקע צייט אויך דאס אפּצוּהיטן) מירן בּעטן... צוּם רב, ירמיה, וועסטו אַריינגײין אַן אַנדערש מאל... איצטער לייג זיך אוּן רוּ אפּ.
אוּן ווען איך בִּין אין אַ פערטל שעה ארום געלעגן אויף דער קאַנאַפּע מיט פאַרמאַכמע אוֹיגן און נישט געקענט, צוליבּן שטארקן קאָפּיווייטאק, איינשלאפן, האָבּן מיר געקלוּנגען אין די אויערן די קולות פוּן די שכנטעס, וועלכע זענען געקומען פייל פוּן בּױגן איינע נאָך דער אנדערע בּאָרגן עפּעס אוּן האָבּן דער מאמען געוואונטשן: ,מיט לי3ּ אייך איער גאַסט!". זיי האָבּן, האלטנדיק אין די הענט די טעפלעך, די טעלערס אוּן די מולטערס, וואס זיי האָבּן געבּארגט בּיי דער מאמען, מיך בּאַטראַכט מיט שאצנדיקע און דוּרכדרינגלעכע בּליקן און האבּן אַרוֹיסגעזאגט דעם איינדרוק, וואס איך האבּ אויף זיי געמאַכט, אוּן זייערע קיקן אויפן לעבּן, אויף קִינדֶער אוּן אויף גליק בכלל-- אַלץ אויף איין מאָל. אוּן די מאַמע מיינע האָט אויספיינענדיק זיך מִיט איר גרויסקייט, אַ סך גערעדט װעגן איר שטענדיקער זיכערקייט, אַז ,איר ירמיה" וועט זי אייבּיק נישט פאַרגעסן, אַז ער איז נישט, וי אַנדערע, וועלכע געדענקען נישט דאָס גאַנצע בּלוט אוין טרערן, װאָס די מאַמעס האָבּן אויף זיי פאַרגאָסן, און אַז... פונדעסטוועגן איז איר,
10