זאַךְ.. װעסט דאָך אוֹיך מוֹדה זיין, אז דאָס איז א חכמה וי אַלע חכמוֹת... און אוֹיסערדעם-- ס'איז גוט פאר גאָט אוּן שיין פאר לייט... װאָס שווייגסטוּ? פארװאָס עסטו גאָרנישט?.. יהוּדית, גיבּ אים נאך אַ בּיסל מילך... בּקיצור דאס עסן איז נישט קיין עסן פאר קיין גאסט... אבּער וואס טיט מען? מיר האבּן דאך נישט געוואוסט, אז די וועסט קימען, כאָטש מיר פלעגן ווארטן אוֹיף דיר יעדן טאג.. אוּן בּכלל מיין איך, כאַ: כאַ, אז אוֹיך דארטן בּיסטוּ נישט געווען קיין מפונק... נאר דאס האט נישט צוּ דער זאך... דער עיקר, װיל איך זאגן, זאגן... יאָ, בּיי וואס האלט איך! דוּ האסט דאך מיר צױּגע. זאגט, אז די תּוֹרה וועסטוּ קיינמא? נישט פארלאזן... יאָ.. איך גלוֹיבּ נישט... אוּן צוּם רב, ירמיה, דארף מען פוּנדעסטוועגן אריינגיין.., וועסט דאך, מן הסתּם, אזוֹי אוֹיך גיין צי עוֹבריה'... זוּ זעסט? עוֹבדיה איז איצטער א מע נט ש... געווען צײטי, וען אויך ער... אָבּער האָט זיך אומגעקערט צוּם גוּטן וועג, כוֹף כֹל סוֹף... ער פאַלט אַריין אין אַ שמאַלץ.גרובּ... פאַר. שטייט זיך, דער טאַטע זיינער... אַרב איז נישט קיין מלמד.. אָבּער ווער ווייס, אפשר ווען דוּ װאָלסט געווען אינדערהיים-װאָלט אַנדערש געווען... דוּ געדענקסט, ווי איך האָבּ זיך געבּעטן בּיי דיר דאָ צוּ בּלײבּן, אוּן דוּ האָסט מיך נישט גע. פאָלגט... נוּ, װאָס געווען, איז געווען... איצטער... איצט... דוּ ווייסט, ירמיה? איך הער דאָך נאָך אַלץ נישט אויף צוּ טרוי. מען, אַז דוּ וועסט מיך סוֹףיכּל-סוֹף אויסלייזן פוּן דער מלמדות... ווען איך וואלט געהאַט אין האַנט איין מאה- װאָלט איך אַװעקגעװואָרפן דידאָזיקע פּרנסה בּזויה.. בּלױז מיט אַזאַ סומע װאָלט איך שוין געקענט שטייגן... װואָס, קיין געלט האָסטוּ דאָך נישט? גאָרנישט? דוּ זעסט, יהודית, וואָס האָבּ איך נביאות. געזאָגטוּ דו האָסט מיך געטרייסט, אָבֶּער איך האָבּ תּמיך געוואוּסט דעם סוֹף!
- װאָס האָסטוּ געזאָגט! װאָס פאַראַ נביאוֹת! װאָסער סוֹף! װאָלסט שוין בעסער אויפגעהערט, שלוסיגעצל!...אוי, אוי, האָסטוּ פּאַרשטאַנד... האַלסט זיך דאָך פאַר אַ חכם,..
189