קאטאנדיר, אוּן יענער איז פארוואינדעט און דערשלאגן... מ'קען נישט זאָגן, אַז ער האָט געשפּירט אין געפילט, אַז איך האָבּ אין האַרץ פאַריבּל אויף אים אוּן אויף זיין האַנדלוּנג; װאָרוּם ווער װאָלט זיך דען אַנדערש געפירט אויף זיין אָרט? אַ מענטש דאַרף דאָך חתונה-האָבּן, ער מוז דאָך זען, אַז ער זאָל נישט זיין קיין בּחוף לענגער, וי ס'איז אָנגענוּמען. אמח, ער איז געוען פוּל מיט פאַנטאַזיעס צוּ טאָן עפּעס לטוֹבת הכּלל... אָבּער אויך איצט שלעפּט ער דאָך גישט אַרױיף קיין יאָך אויפן האַלז! אין אַ געוויסן זין, מאַכט ער נאָך אַ שריט פאָראויס צוּ זיין ציל... און פוּנדעסטוועגן-- איז אים געווען אַ כּיסל אוּמאַנגענעם צוּ רעדן װעגן דעם; ער בּאַזעצט זיך אוּן אָרדנט זיך איין, אוּן איך ,שטיי הינטער דער בּימה װי אַ שלעי פּער"... שפּעטער, ווען איך בִּין געוואויר געװואָרן, אַז די כּלה, וועלכע איז געווען בּאַשטימט פאַר אים, איז געווען אַ בּיסל קראַנק אויף די פיס(אוּן דערמיט קענען פֿאַרשטאַנען ווערן דעם שדכנ'ס ווערטער אין זיין בּריוו: ,אוּן לויטן רבּינס,
זאָל לֶעבּן, עצה, ווי? מען זי חתונהימאַכן"), וועגן ואָס דער דערציילער, ווי אַנוֹגע בּדבר, האָט פון מיר פאַרלײקנט, איז מיר נאָך קלאָרער געוואָרן, פלעגט זיין בּליק אויסדריקן אַ בּיס? טרויער...
פוּן די ענינים פון פּרט איז ער אַריבּער געגאַנגען צוּ די ענינים פוּן כֹּלל- ,פוּנם טפ? צוּם עיקר", און ער האָט מיר דערציילט די געשיכטע פוּן דער אגודה ,שוחרי ציוֹן" אין צ., ואוּ אלימלך מַלְוָה איז פאָרזיצער, יעקב עובדמאַן איינער פוּן די הױיפּט-טוּער. און ער, עובדיה- איז סעקרעטאַר אוּן די גאַנצע נשמה פֿוּן דער ערשטער. װאָרוּם, אין אמתן געי רעדט, פּאַסט נישט זייער עטאַרק די פאָרזיצער-קרוין פאַר אלימלכן, ווייל זייענדיק אַ פּאָליטישער ציוֹניסט אוּן זייצנדיק פּרוּם- איז ער קעגן דער ,קולטור-צרה", ווי ער דריקט זיך אויס. און עובדמאַן געפינט זין אינטער זיין השפּעה, נאָר בּלױ! אַ דאַנק אים, עובדיהן, איז די אגודה גרייט אַנטײלצונעמען אין דער בּיבּליאָטעק, וועלכע האַלט זיך בּיים גרינדן. דער ,איגיי 13