Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
194
Einzelbild herunterladen

ציאַטאָרי פון דער ,אידעע" צו גרינדן אַ בּיבּליאָטעק איו שמעון, בּוּרסיפס יינגערער זון, און די קילטור-ציוֹניסטן ווילן זיך מיט אים בּאַטײליקן דערין. אמת, אויף די עטלעכע פאַרזאַמלוּנגען, וועלכע זענען שוין צונויפגערופן געװאָרן, איז נישט געלונגען צוּ קוּמען צוּ איין מיינונג, אוּן בּאַזוּנדערס איז ,גרויס דער אָפּגרוּנט* צווישן זיי אין פאָלגענדיקן פּרט: די ציוֹגיסטן טענהן, אַז הַיוֹת װי אַ רוּסישע בּיבּליאָטעק איז שוין פון לאַנג פאַראַן אין צ., דאַרף מען איצט בּכן אַרבּעטן מיט אַלע כּוֹחות פאר יידישע ביכער, אוּן דער איניציאַטאָר דער אַסימילאַטאָר, וויל נישט, פארשטייט זיך, זיין קיין אָפּגעשטאגענער, אמת איויך דאָס איז זייער שלעכט, וװאָס די יוּגנט אין צ. איז בּכלל אַריינגע. פאלן אין אַ שלאָף אוּן זי האלט אין איין שלאָפן, קיינער וויל נישט מנדר זיין קיין בּוּן אָדער אַ ,גילדן"ג אוּן אלימלך שטייט אויך נישט פונדערווייטנס, אוּן ער בּאמיט זיך מיט 8יוון צו מאכן דעם גאנצן צוין פון דער בּיבּליאָטעק צוּ גאָרנישט, אוּן ער אַגיטירט: ,בּרענט נישט אזוי! גוּטע ציוֹניססן דארפן נישט צוּפיל חקירה!'-- אֶבֶּער פוּנדעסטווגן דארף מען זיך נישט מייאש זיין. מ'דארף נישט אַואָפּלאָזן די הענט, אויבּ ס'זענען שווער די ,חבלי לידה", אוב ס'איז שווער דאָס ,אָנ. הויבּן גיין"-- דערפאר אָבֶּער אין בּיבּליאָטעק וועט שוין עֵקִ. זיסטירן און זי וועט זיך שטעלן אויף די פיס, וועט זי אזוי גיך נישט פאלן אוּן איר גוֹרל וװעט נישט זיין דערזעלבּיקער, וי דער גוֹרל פוּן אירע שוועסטער אין אנדערע יידישע שטעט, מ'דארף זיין שטארק אוּן זיך שטארקן! סיי ער סיי יעקב ;האָבּן אריינגעזאָגט צ. וועגן אירע מיאוסע זאכן" אין לאנגע קאָרעספּאָנדענציעס-- אוּן זײ זענען גאָך גרייט ,צוּ בּלאזן אין טרומייט". מי דארף אויפוועקן די שלאָפּנדיקע. אינאמחן גערעדט: איז זיך נישטאָ וואס צוּ רימען מיט דער לאגע פוּן דער אגודה אינעווייניק. די אויפטוען, מזּן מען מוֹדה זיין, זענען זייער קלייגע. נישטא קיין מענטשן, וועלכע זאָלן זיך פארנעמען מיט אוּנזערע זאכן. קיין מענטשן גישטאָ... אויך די קעגנערשאפט, וועלכע, לויט זייז מיינונג, ואָס ס'איז אויך די מיינונג פוּן 14