Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
195
Einzelbild herunterladen

איינעם פון די ארטיקלען אין דער;הצפירה", העלפט מיט דער בּאַװעגוּנג, איז פֿאַרשװאונדן. אין די ערשטע צייטן פוּן דער בּאַװעגוּנג האָבּן זיך אַ נעם געטאָן ר' צדוק, דער אייניקל, אוּן זיינע חסידים צו קעמפן מיט איר. מיין פּאָטער איז גצווען נישס אַ הין, נישט אַהער), און ,דער צווייטער צד* האָט אויך אַרוֹיסגעשטעקט די צונג צי נישטערן אוּן צוּ פאַרניכטן ­איצטער רעדט קיינער נישט וועגן ציוניזם נישט צוּם גוּטן, נישט צוּם שלעכטן. שטי?ל געוװואָרן אין דער מדינה. אוּן װי דאַרף וויי טאָן דאָס האַרץ צו-זעענדיק אַזאַ פאקט: יעקב האָט אַ שוועסטער, אַן אויסגעצייכנט מייך?, פריער איז זי געווען נוֹטה מיט צוּהעלכן אוּן זיך אָפּגעבן פאַר ציון אוּן אָט צייט זי איז צוּריקגעקוּמען צוזאַמען מיט דעם ע?טערן בּוּרסיף, האָט זי זיך אָפּגעקערט פון איר פאָלק און פון איר גאָט, כאָטש אָט דערדאָזיקער אַלעקסאַנדער איז נישט אַזא מין מענטש, ווי זיין יוּנגערעף בּרוּדער, ער זאָל זיך אנטקעגני שטעלן דעם ציוניזס, נאָר דער גייסט פון דער צייט איז דאָ שוּלדיק. אָבֹּער, טראָץ דעם אלעמען, איז נישט צו לייקענען, אַז דער נאַציאָנאַלער גייסט גייט אוּן טרעט פאָרוֹיס מיט גרויסע און שטאַרקע טריט,

בּאַלד האָבּן אונז ארוּמגערינג?ט אַלע מענטשן פוּן קלוין אוּן די יונגלעך מיט אָפעגע מיילער און מיט אָנגעשטעלטע אויערן צו הערן אוּן צוּ האָרכן. האַנט-דרוקן אוּן ,שלוםי עליכם* זענען אויף מיר אַראָפּ װי אַ האָגל, מיין כּאַטער האָט זיך געפּרייט אוּן געבּרוֹיזט. ר'האָט געשאָסן בּליקן אוֹיף אלע זייטן, ר'האָט זיך איינגעקוקט אין מיין גאַנצן קצױפֿער, ר'איז אַ ריינגעדרונגען אין אלע מיינע בּאַװעגוּנגען אוּן האָט מיר צוּגעװאוּנקען מיט די אויגן הינדערטער בּאַמערקוּנגען, ווען צוּ מיר איז צוּגעגאַנגען אלימלך דער מלוה-- איז ער אויך צוגעשטאַנצן צוּ אוּנז.

אלימלך דער מלוה איז אַ מענטש פוּן אַיאָר פוּפציק, אַ געשטאַלט האָט ער פוּן אַ פעסל, װאָס איז איגמיטן בּרייט אוּן אויבּן שמאָל, זיין פּנים איז פעט און גלאַנציק, די נאָז

195