חיז אַ גראָכּע אוּן רויטע, ווען ער רעדט מיט אַ מענטשן, זצט ער אוֹיס, וי ער וואָלט פאַרשפּרײיט אויף יענעם די פליגלען פוּן זיין חשיבות, זיין געלעכטער איז יענער ,כע--כע, וועלכער זעט אויס צוּ זיין זיכער אין נאָכמאַכערס און אין אוּנטערי חנפערס. דער סכוּם פוּן זיין פאַרמעג איז א נישקשהדיקער, שוין פון לאַנג אָן איז ער איינער פוּן די שטענדיקער לעזער פוּן דעם ,זקן פוּן די העבּרעאישע צייטונגען", און די לעצטעץ צייטן איז ער אַן אנגעזעענער אוּן פאַרבּרענטער ציוניסט אוּן ער אַרבּעט לטובת דעם יידישן פאָלק און זיין אוֹיפלעבּוּנג. ער דרשנט אוֹיף אסיפּוֹת װעגן דער נויטיקייט פון זיסציפּלין אוּן געהאָרכזאמקייט אין אוּנזער לעבּן, ער כּעסט זיך אויף די יוּנגעלייט פוּן אַ געוויסן מין, װעלכע היטן נישט די מאָראַל אוּן צעשטערן דעם בּנין פוּן פריערדיקע דורוֹת, ער פאַרשפּרײט דאָס בּוּך ,שיבת ציוֹן" און נעמט אָפּ, וואס ס'קומט פּאַר אים, ער וירקט אוֹיף יעקב עובדמאַן אוּן זייגע חברים, זי זאָלן זיך מתעסק זיין מיט פאַרשפּרײטן
שקלים און אַקציעס, ער פארנעמט זיך מיטן צוּנויפגעזאַמלטן געלט-- מיט איין װאָרט, ער איז זיך מוסרינפש{
= דוּ הערסט, שלוםיגעצל ז-- האָט. זיך געווענדעט ר" אלימלך צוּ מיין טאַטן, ווען דער לעצטער איז צוּגעקומען צוּ אוּנז- איך בּעט עפּעס בּיי דיין גאַסט אוּן ער זאָגט אָפּ לעת-עתּה. נו, א קלענערן פוּן זיך זאָגט מען אָפּ, כע* כע.. פארשטייסט? איך לייג אים פאָר... איך... איך וויל... ער זאָל אונז מאָרגן דרשנען פון דער בּימה אַראָפּ וועגן יענע גוּטע זאכן... ער זאָל אונז ,זאָגן וועגן ציוֹניזם אוּן זיינע קעגנער...
- איך פארשטיי, ר' אלימלך, איך פארשטיי+- האָט זיך
מיין טאַטע צעקאָכט-- דאָס איז גוּט, ג'ט... ירמיה קען, בּרוך
השם, בּרענגען ראיוֹת פאר'ן ענין סיי על פִּי תּוֹרה, סיי על פִּי
השכּלה(,להבדיל*-- האָט ער צוגעגעבּן מיט אַ צעשטרייטן
טאָן, פוּן צווישן די ציין, וי מיט א מין ממה נפשן*), אָבּער
ע* ע... כ'האָבּ מוֹרא... כ'מיין, ר' אלימלך, װואָס וועט דערצוּ 16