Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
208
Einzelbild herunterladen

כג

בּין מנחה למעריב, נאך ,שלש סעודות", בּין איך געזעסן אינדעדהיים. פינסטערקייט:שאָטנס האָבּן ארומגעבּלאנדזשעט. אין מיין קינדהיים פלעגט מיין מאמע אין דער צייט, איידער זי פלעגט אפּזאזן{אחה חוננתנו" און אנצינדן דאָס ליכט, מיך ארויפנעמען אויפן אויוון און פלעגט מיך שטילערהייט צוּ דריקן צוּ איר האַרץ. ארוּם איז א שרעקנדיקע טונקלקייט אוּן אַ װאוּנדערלעכער טרויער... אוּן זי שעפּטשעט מיר שטיל אין די אויערן אריין וועגן פארבּאָרגענע צדיקים, וועלכע האָבּן זיך מוסר נפש געווען אויף קידוש:השם, ועגן העלדישע קינדער, ועלכע זענען אויסגעשאכטן געוואָרן צוּליבּ זייער אמונח, וועגן צוויי בּרידער, איינער אַ רייכער און איינער אַן אָרימער..

- און ס'איז געקומען, זון מיינער. דער ארימער בּרוֹי דער צי זיין בּרוּדער דעם רייכן אוּן ער האָט געווייגט פאַר אים; דו פארשטייסט, זון מיינער, ער האָט געבּעטן, ר'זאָל איך אויף אים מרחם זיין, ,בּרוּדער! בּרוּדער!- האָט ער זיך געבּעטן-- דריי טעג אוּן דריי נעכט איז קיין עסן נישט געקומען אין מיין מױיל אריין; מיינע קינדערלעך מיינע פויגעי לעך גייען אויס פון הונגער; דערבּאַרם זיך אויף מיר אוּן גיבּ מיך פאַר זייערטוועגן א קלײן שטיק? בּרױט, איך קען דאָך דײַן בּרוּדער; וויאזוי האסטוי דאס אין דיר גאר קיין רחמנות נישט וּ*- אוּן די טרערן זיינע פליסן, פליסן...

,יא, איך דערהרגע מיך טאקי נישט- האָבּ איך געֹי טראַכט ארוּמַגײענדיק אין שטובּ אהין אוּן אהער= ווייל בּעלי רחי לעב איך... אַ בּלינדער ווילן צום לעבּן... נישטא זי}

208