Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
209
Einzelbild herunterladen

וואס צו נאַרן... אבּער פוּנדעסטוועגן קען מען נישט לייקענען, אז עס זענען דאָ אויך פאראן פארבּארגענע זיידעגע פעדים, וועלכע בּינדן מיך צוּ צוּם לעבּן*... עפעס אַ משונהדיק בּרױיזן האַט ארומגעטאנצט אין מיין הארץ, וויינען האבּ איך געוואלט, וויינען אויפן לעבּן פון דער גאנצער נאטור, אויפן חורבן פוּן מיין וועלט, אויף די אומזיסטע מעשים, וויינען אָן אַ סוף, אָן אַ בּרעג. מיין מאמעס דערמאנוּנג, אז ס'איז שוין צייט צו דאוונען מעריב, איז מיר אוֹיסגעקוּמען פּשוט, נאטירלעך און נוֹיטיק און ווען זי האט אנגעהוֹיבּן דערנאָך, בּאַקוױּמענדיק מוּט דורך דער צערטלעכ­קייט און ליבּלעכקייט, וועלכע מיינע אויגן האבּן אויסי געדריקט, צוּ שמוסען מיט מיר אוּן מיר דערציילן פאַרי שידע:ע פרטים פון איר לעבּן, כדי אויסצוווייזן, אז סוואלט נישט געווען קיין עבירה, ווען איך וואלט זיך דערמאנט. זיי אינטערצושטיצן-- האבּ איך בּלױז פאַרמאָגט אַ שטארק שולר געפיל, אַ געפי? פוּן שולד אין שעמען זיך| - איך ווייס, מיין זוּן, אז סאיז דיר שווער דאָס לעבּן בּיי אונו אין שטבּ, זאלסט נישט מיינען, אז איך פארשטיי גאָרנישט, אונזער עסן... אוּנער דירה.. אֶבּער זיי וויסן, מיין זוּן, אז מיר האָבּן בּאשלאָסן, דער טאטע זאל דינגען אַ ,חדר* ערגעץ אנדערש אוּן דיר זאל ווערן גרוימער, דער טאטע... מיין נישט, מיין זוּן אַז ער האט דיך נישט ליבּ, ווען די וואלסט געזען זיין התפעלות דעם ערשטן טאג פון דיין קוּמען, וואלסטו דאמאלס אנדערש געטראכט. אױפגענוּמען האָט ער דיך, טאקי, נישט איבּעריק. הייס, אָבּער דערנאןך ווען מיר זענען אַרױיס אין מאַרק אַרײן, האָט ער נישט דוּרכגעלאָזן אפילו קיין איין מענטש, װעמען ער זאָל נישט אָנזאָגן װעגן דיין קוּמען... אוּן זיין אויפפירינג מיט דיר- איך װייס, װי שווער זי איז פאַר דיר, אָבּער װאָס זאָל מען טון, מיין זון! אַואַ נאַטוּר האָט ער... ער װעט קיינמאָל נישט זאָגן;גוּט'יי אפילו איך זאָל קויפן די גרעסטע ,מציאה", װעט ער נישט זאָגן קיין.דאַנק",- איך לעג דאָך שוין מיט אים מער פון 209