.א אַיןי?! נישטאָ קיין געלט!* נוּ, וואס טוט מען!.. ס'איז נישט קיין נייעס צוּ קריגן אַזאַ תשובה. איך שווייג... אויך דער טאַטע דיינער וואלט אַן אַנדערש מאל איינגעגראבן דאס פּנים אין דער ערד אוּן געשוויגן.. ,אַז מען קען נישט אַריבּער-מוּז מען אַרונטערי... אבּער יענץ מאל- דאס האַרץ װערט צעריסן אויך אן דעם, דאס בּלוּט קאכט, די צרה איז גרויס-האט ער זיך תּיכף ,אנגערופן": וואס ט"זי געזאגט! לאזט מיך! איך װעל אליין אַהינלױפן! איך וועל אַליין בּעטן! זי וועט געבּן, דאַכט זיך"!-- אַז מיר האבּן דערהערט זיין שרייען אוּן אַז מיר האבּן דערזען זיין פּנים און זיין לויפן אן אַן אוי. בּערשטן בּגד, אן גארנישט-- איז אוּנז דאס האַרץ אפּגע. שטארבּן... דאָס בּלוּט-- װי אייז... דיין שועסטער פריידע האָט זיך אין אים אײינגעקלאַמערט מיט אַ יאָמער: ,טאַטע! טאַטע!" אין אויך איך שריי מיט מיינע לעצטע כּוֹחות: ,שלום געצל, בּלײב אין שטובּ, מידאַרף קיין געלט נישט, זאָלסט אַהין נישט גיין!* איך קען דאָך אים שטענדיק.. בּפרט אין אַזאַ צייט... פון גרויס פּין, איז אַזאַ מענטש, וי ער, פעאיק צוּ מאַכן דאָרט סקאַנדאַלן, צי בּרעכן, צו שטעכן... אפילן צו שלאָגן.. בּקיצור מיר יאָמערן אוּן בּעטן זיך, ער זאָל בּלֵייבּן זיצן אויפן אָרט, אוּן ער רייסט זיך: ,ניין! לאָזט מיך! אױבּ מיינץ תּלמידים גייען אַרוּם ליידיק-- וועל איך וי אויסלערנען!"? אוּן אַ פּנים איז בּיי אים וי בּיי אַ גולן... בּקיצור, װאָס זאָל איך דיר מארין זיין, מיין זון! אַז איך בִּין נאָך יצנער וויילע געבּליבּן לעבּן,-בּין איך שטאַרקער פון פעלזנשטיין... איך געדענק נישט, ווי אַזױי איז אויף אים אָנגעקוּמען די גוטע מינוּט... מיט מיינע לעצטע כּוֹחות בּין איך אַראָפּ פוּן בּעט אוּן האָבּ זיך געבּעטן בּיי אים... ענדלעך איז ער אַװעק פון טיר אוּן איז אַנידער. געפאַלן אויף דער קאַנאַפּע... אוּן זיין פּנים-- אַ שענערס דער. פוּן לייגט מען אין קבח אַריין.. איך האָגּ זיך אוּמגעקערט אַ גוֹססע אין בֶּעט אַריין, ממש אַ געשטאָרבּענע, ווי ס'דאַרף צוּ זיין... און ער איז געזעסן בּיז מנחה אוּן געוויינט איך 22
Druckschrift
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
212
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten