Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
211
Einzelbild herunterladen

קראַנקנבעט, אוּן אין שטבּ- אַ חורבּן, קיין שׁוּם זאַך איז נישט אויפן געהעריקן אָרט, נישטאָ, ווער ס'זאָל אָנואַרימען אַ לעםל וואַסער... פריידע איז דאָך נאָך אַ קינד... און זי איז נאָך אויך נישט אינגאנצן געזונט געוװאָרן... דער טאַטע האָט אויפגעהערט צוּ לערנען מיט זיינע תּלמידים, ער שטייט טאָג אוּן נאַכט בּיי איין בּעט, עױ עסט נישט, ער טרינקט נישט... בּקיצור, װאָס זאָל איך דיר לאַנג מאריך זיין, מיין זוּן! דער איינציקער גאָט האָט זיך נאָר געדאַרפט אויף אונז אַרוּמקוּקן... מ'דארף נישט קיין ,תּשעה בּאב"!.. װואָלט כאָטש געהאַט געקומען צוּ מיר אַ דאָקטאָר... אָבּער דער רבּוֹנוֹ של קוֹלִם איז דאָך אַ דערבּאַרמדיקער פאָטער... מיט איין האַנט שלאָגט ער אוּן מיט דער אַנדערער היילט ער... אין עטלעכע װאָכן אַרוּם האָט מיר אָנגעהױיבּן בּעסער ווערן... אַרוּמגײן האָבּ איך נאָך, אמת, נישט געקענט, נאָר אַזױי-... ס'איז מיר געוואָרן לייכטער... איך ליג... דער טאַטע איז אין שטובּ.. אוּן דער אַפּעטיט צוּם עסן האָט זיך בּיי מיף דערוועקט, ווי אַלצ קראַנקע, וועלכע נעמען געזוּנט ווערן. אַ שטיקל בּרױט איז אפשר יאָ זאָ געווען אין שטוּבּ- כיגעדענק נישט-­אָבּער פאַר מיר דאַרף מען האָבּן אַ זעמל... און קיין צוויי גראָשן איז נישטאָ, וואו צוּ קריגן!.. זאָג איך דאַן צוּ בּערעלען, אָט צוּ דיין בּרוּדער?ל(איך זאָל נאָך אַזױ זוֹכה זיין צוּ זען אין אים א גוּטן יידן!):-לויף אַריבּער, מיין זוּן, צוּ מאָטל ירוחם דעם קרעמער און בּעט בּיי אים אַ האַלבּן רוּבּל(מאָט?* ירוחמ'ס יינגל האָט נאָך'. פויער אויך געלערנט בי אונן אין ,חדר*- און דער חוֹב איז נאָך געווען פוּנם פריערדיקן ,זמן*). אפשר װעט ער געבּן.. זאָג: די מאַמע קען נישט אויפשטיין... אַיידיש האַרץ!.. אפשר וועט ער רחמנות האבן"... בּקיצור, בּערעלע איז אַױיבּערגעלאָפן אוּן צוריקגעקומען מיט אַזאַ תּשובה(כזאָל אַזױ זוֹכה זיין צוּ רעדן מיט זיין כּלה); ,מאָטל ירוחם איז נישטאָ אינדערהיים אוּן חיה-דוואָיע* זיין ווייבּ(אַגוּטע ארורה!) האָט געהייסן זאָגן: פאַרוואס ,שכאַיי למוד"? פאַר דעם, װאָס די יינגלעך גייען נישט אין ,כיידער" 211