טיש, אַ לאנגע-לאנגע צייט אָן קיין שזם ארבּעט, בִּיז איך בּין, צומלעצט, אריינגעפאלן אין אן אנדער וועלט. דורכן דרימ?. װאָלקן איז בּיי מיר, אמת, געווען א מין בּאוואוּסטזיין, אז אִיךְ זיץ בּיי מיינע עלטערן אין הויז, אבּער צוּזאמען דערמיט בּין איך געפאָרן אין עפּעס א וועג... דער צוּג רוֹישט, שטוּרמט, ער פאָרט דורך ימען אין טייכן, בּערג אוּן טאָלן- אוּן איך בין אין צוג... דער וואגאן איז פוּל מיט מענטשן: מיין טאטע, בּערעלע, מיין קלענערער בּרוּדער, עוֹבדיה, קליינשטיין. אוּן אט איז די סטאציע. א קעלט רייסט זיך אריין פוּן ערגעץ. אלע גייען אראפ. דער וואגאָן ווערט ליידיק. דאס אראפּגיין דויערט, עפּעס א זאך פארהאלט. ,אוי, בּטלן!- שרייט אויף מיר מיין טאטע-- ,פּאטראן"|.. פארוואס גייסטוּ נישט אראפּ? גיי אראפּ! זע צוּ געפעלן אין די אויגן פון כּלות!"-טאקע בזה הלשוֹן... אוּן איך ענטפער מיט שטאלץ: ,נישט פוּן דער וועלט!.. אין אט דעם דייטשלאנד, וואוּהין איך פאָר איצט מיט איר, איז פאראן פרידריך ניטשע, האט ער גראָבּע וואנסעס, אוּן בּוּרסיף האט אויך אזעלכע וואנסעסו"- אין אין א מינוּט ארוּם נייט אוועק דער צוג, און איך בּלייבּ אויפן וואקזאל, איך צעגיי פוּן צער, בִּיז די אויגן ווערן מיר פארשטיינערט אוּן וויינען קען איך נישט, אוּן איך גרויס מיך מיט דעם בּאוווּסטזיין, אז איך וויין נישט... ערשט אט אגעוויין... דאס איז דער קוֹ? פּוּן מיין מאמען, וועלכע זיצט אין ווינקל אוּן פליקט פעדערן... די פינצטערניש ווערט געדיכטער.,. אלץ דרייט זיך איבּער... פּֿוסט אוּן וויסט... דער קאנדוקטאר פרעגט מיך מיין בּילעט... ,קאנדוקטאר!-- שרייט ר' חנןינתן עוֹבדיהו מ'טאר נישט פארן אן א בּילעט.. ס'א גרויסע עבירה!".. ואונדערלעך! דער קאנדוקטאר איז האלבּ רב אוּן האלבּ בּוּרסיףי. .אוי, אוי-- קרעכץ איך פוּן מיינע שטארקע ווייטיקן-- מיינע' מיס זענען אריין אין א קלעם... געפענטעט אין קייטן... אוי, וואס איז עס געשען מים מירן װער שלעפּט מיך עסוּ" ..-פאר אליין!* בּאפּעלט מיר א יינג?, א וועג-היטער, וואס האלט א גרין פענדל אין האנט. ,דיין נאז שטערט"... איך 24
Druckschrift
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
244
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten