Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
246
Einzelbild herunterladen

כט.

מיין טאַטנס אויסרעכענונג, דער לכתּחילהדיקער פּלאַן פון זיין שפּעטערדיקער טעטיקייט, איז געװען אַזאַ: אז עוֹבדיה װעט פאָרן אויף זיין חתונה, װעט דעמאָלט ער, דער טאַטע מיינער, אַרײנגײן צו משה שמערלס בּעטן אים, ער זאָל מיר איבּערגעבּן זיין יינג? אויף צוּ לערנען מיט אים. דאָס װעט זיין דער ערשטער טריט. רערנאָך...

אָבער דערזעלבער פאַקט, וועלכער האָט דערנענטערט צוֹבדיהס געהאָפּטע חתונה, האָט אויך געלייגט אַ שטיין אין וועג פוּן מיין טאָטנס פּלענער.

יענעס שבת זענען צוויי אוֹרחים געווען אין אַלטן בִּית. מדרש: משה שמערלס, וועלכער איז צוריקגעקומען פון וועג, אין דעם רבס מחותּן, ווסלכער איז געקומען בּאַשטימען די חתונה-צייט. דאָס הייסט, אויסצוּגלייכן דעם סיכסוך מכּוֹחן נדן. ר'חנןינתנס שוֹנאים האָבּן איצט געפונען אַ געלעגנהייט זיך נוֹקִם צוּ זיין אין זייער קעגנער, אין יעדן ווינקל, וואו מ'האָט זיך געקערט, האָט מען בּאַרעדט דעם רב און זיין ישיבה, זיך בּאַמיענדיק, אַז די רייךר זאָלן דערהערט וועױן דוּרכן מחותּן, דעם אוֹרח. ר' חנןינתן האָט זיך נישט איינגעהאַלטן און האָט גּאַצאָלט זיינע פיינט אויך מיט דערזעלבער גאָבּ, אָבֶּער אויך די צוּנג פון די שוֹנאים האָט זיך נישט געפונען אונטער אַ פאַר. ריגלטער טיר.

- אָט האָסטוּ דיר אַרב בּיי יידן! ישיבות גרינדעט ער! מצוות וויל ער כאַפּן! אוין פאַרװאָס גיט ער נישט אַכטוּנג אויף זין זײן, דעס גרויסן צדיק, וװאָס פאַרנעמט זיך

286