Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
247
Einzelbild herunterladen

מיט בּיבּליאָטעקעס, מיט פונאַנדערטײלן בּיכער צווישן די יטיבהיבּחוּרים, כּדי זי צו מאכן פאר גוֹים!

דידאָזיקע טענות האָבּן אינגאנצן אונטערגעבּראָכן ר' חנן-נתנס שטאָלץ, אוּן עוֹבדיהס חתונה איז בּאשטימט געװאָרן אוֹיף איינעם פון די ערשטע טעג פוּן נאָענטסטן חוֹדש...

אָבּער דידאָזיקע געשעעניש האט נישט געווירקט צום גוּטן אוֹיפן גאנג פוּן מיין טאַטנס ,געשעפט". בּעת דער מחומה האט ר' צבי גלותזאָן געפונען פאר זיין פליכט אוֹיפמערקזאם צוּ מאכן זיין שװאָגעף, ער זאָל אוֹיך אכטונג געבּן אוֹיף זיין יעקבן, וועלכער איז אוֹיך אבּיסל אראָפּ פוּנם דרך-הישר, און בּאזונדערס דארף מען אים דערווייטערן, למען השם, פון ,דעם מלמדס זון, װאָט קיין גוּטס וועט פון אים נישט ארוֹיס",