Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
248
Einzelbild herunterladen

קַ

'איז געווען אַ נארישקייט, װואָס איך האָבּ די גאנצע צייט אויסגעמיטן צוּ בּאזוכן יעקבס הויז, צי צוּליבּדעם, װאָס מיין טאטנס מיֹח איז געווען פוּל מיט נארישע אויסי רעכענונגען, אדער צוּליבּדעם, װאָס ר' צבי פארלאנגט אַ דער ווייטערונג פון מיר, דארף איך מיך בארויבּן פון לייענען נייע העבּרעאישע צייטונגען, װאָס ס' איז מיר מעגלעך נאָר אין דעס הויז? אוּן אויבּ אפילו מיין דערווייטערונג איז געווען אויף וואס פאראַ ס'איז אופן פארשטענלעך פריער-- איז איצט האָבּ איך נישט קיין שום סיבּה זיך צו דערווייטערן, ווארוּם אויך פארן אויספרעגן אוּן אויספארשן, אלעמאי איך האָבּ זי נישט בּאזוכט אין משך פוּן דער גאנצער לעצטער צייט, איז נישטאָ װאָס מורא צו האָבּן: זי װעלען נישט פרעגן און גישט נאָרשן... כ' וועל אריינגיין!..."

דאָס גאנצע הויזגעזינד פוּן משה שמער?ס איז געזעסן אויסגעזעצט ארוּם טיש און האָט געטרונקען אָוונט-טײ. אַ חוץ די אייגענע זיינען נאָך געווען אין שטובּ צבי גלותזאָנס טעכטער אוּן זײער בּרוּדער גד. זי זענען געװען פארנומען מיט עפּעס אַ חתונה, וואס דארף פאָרקוּמען, און מיט עפּעס א פאָטאָגראפיש בּילד, אוּן גד האָט געשריען, אז ער איז נישט קיין ישיבה-בּחור אוּן אים װועט מען נישט אָפּנארן. ראַכיל מאָיסעיעוונא און בּוּרסיף זענע! אוֹיך געווען צווישן די פאראי נענע, נאָר(לכל הפּחות, מיר האַט זיך אזוֹי אוֹיסגעדוכט) צפּעס אַבּיסל אָפּגעזוּנדערט פוּן אלעמען. אוּן בּאלד האט זיך אין מיר אָנגעהוֹיבּן אַ געפילן-געראנגל: אָט זיץ איך דאָ, רצד, וואס סיקומט מיר אין מויל אריין, געט בּיי יעקבן נייע צייטוּנגען מיט א מין טאָן, וי איך װאָלט געװואָלט מוֹדיע זייז אוּן אַנ 28