Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
249
Einzelbild herunterladen

זאָגן צוליבּ װאָס איך בִּין אריינגעקומען, איך פוּר מיך אוֹיף מיט שטאַט און דרך:ארץ, ווייניקסטנס, וויפ? איך בּין בּכּוֹה; אָגער וי גוּט װאָלט געווען אַנשטאט דעם אלעם צוּצוּגײין פּלוּצלינג צו אים אוּן זאגן: בּורסיף! איך שמּיי דיר אין פּניס אריין!-- און אנפילן תּיכּף זיין טשופּרינע מיטן גאנצן ספּייעכץ פוּן מיין מוֹילי. אוּן וי איך האָבּ זיך נאָר אריינגעטאָן אין דעמדאָזיקן געדאַנק, האב איך דערשפּירט דעם גאנצן פאַרגְעי ניגן פון דערדאָזיקער טאַט, די גאנצע לעכערלעכקייט פון די אָנועזנדיקע. מינוּטנווייז האָבּ איך מיך אַ רוּק געטאָן אוֹיף מיין אָרט מיט אַ פּערבּאָרגענער בּאַועגוּנג, וי איך װאָלט מיך גצִי גרייט זיך צוּ געפינען נישט.ווילנדיק אין א בּעקװעמערער לאגע פאר אזא טאַט. אָבּער פילן האבּ איך געפילט, אז איך כּין קיינמאָל נישט פעאיק צוּ טאָן אזא זאַך-- אוּן עס האָט מיר זייער בּאַנק געטאָן. פאַרשאָלטענע גריבּלערײ! וואס קוועטש איך זיך: ,איך האָבּ נישט קיין רעכט צו פארווירקלעכן דורכֿ. דעם מיין נאיישן צער*!/‏-- סיפעלט דאָך מיר בַּלױז װילנם­שטארקייט... ווילנס-שטארקייט 1 שטארקייט? שטארקייט אָנצוּי שפּייען אַ מענטש אין פּנים אריין 1 די שוואכקייט שעמט זיך פאר זיך אלין... אָ, ריין האַרץ. בּאַפּרײאוּנג, בּארואיקוּנג איז דיר נוֹיטיק! פּטוּר צוּ ווערן דורך עפּעס אַ טאַט פוּן דער נאַ­רישער, קרענקלעכער אומרואיקייט? אפשר איז אוֹיך עפּעס אַן אַריסטאָקראַטישע בּאַװועגוּנג נוֹיטיק דערצו אוּן אַ מאָנאָלאָג פוּן אַ הויכגעשטעלטן פּאַרשוֹין!.. װיבאַלד איך טראַכט דערוועגן-­איז שוין קיין אָרט נישטאָ פאַר אַזאַ טאַט... דאָס איז אויך אַ גליק- אנצושפּייען אין פנים אריין דעמדאָזיקן אויסגעז צוּצטן יונגערמאַן!... סאַראַ גרויס רחמנות ס'איז אויף אוּנו

-- יאָ...-- האָט זיך בּוּרסיף דערוויי? געוענדעט צו מיר,

אוּן בּיי יעדערן אויפן פנים איז געווען קענטיק א גרייטקייט אױסצוּהערן אַן אינטערעסאנטן געשפּרעך- װאָס הערט זיך גייס, הא פיערמאַן?:

- נישטאָ קיין נייס, הער בּוּרסיף. 0