Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
261
Einzelbild herunterladen

נאָך איז דאָרטן געװען פאָלגנדיקע בּקשה: כאָטש עס וועט אוודאי אויסקומען וי אַן עגאָאיזם, אוֹיבּ זי וועט רעדן וועגן זיך, בּעת איר איינציקער פריינט איז אין א צרה, פּוּנדעסטוועגן-- אויך. איר לאגע איז זייער אַ געדריקטע: זי האָט נישט קיין לערער אוּן נישט קיין לעקציעס. אפש­װאָלט איך געקאָנט שאַפן פאר איר אין צ. אַ צוויי.דריי לעקציעס! די שפּראַך פוּנם בּריוו איז געווען אַ זשאַרגאָן פוּן איינעם, װאָס איז נישט געוואוֹינט דערמיט. דער אוּנטצרשריפט; ;דיין פריינדין", - װאָס איז דאָס?- האָבּ איך אַ פרעג געטאָן, גאָכדעם װי איך האב אַדורכגעקיקט דעם בּריוו. - די פרעגסט מיך? פרעג דיין פריינדין! פרעג דיין שיינעם חבר, וועלכער איז אפשר גאָר אוֹיף דער װעלט נישטאָ, נאָר ס'איז זיך גלאַט אַ תּירוץ,.. איצטעד קען דיין מאַמע אוֹיך וויסן ועגן דעם גרוֹיסן גליק... איצט איז אלץ פאַרשטענדלעך... איינער האָט זיך אָפּגעזוּכט דעם אַנדערן., זי איז אַוודאי אזאַ שיינער פוֹיגל, ווי די בּיסט... איך קלייבּ נחז, ירמיה! די אורטיילונג:קראפט האָט זיך צוריק דערוועקט אין מיר, איך האָבּ מיך איינגעקוקט אין בּרִיוו אוּן געזען, אז ער איז אָנגעקוּמען קיין צ. נאָך נעכטן. - איך האָבּ גערעכנט אים אינגאַנצן דיר נישט איבּער. צוּגעבּן-- האָט דער טאטע געענטפּערט אוֹיף מיין פראַגע אַלצי מאי איך האָבּ נישט בַּאַקוּמען דעם בּריוו רעכטצייטיק-- אֶבֹּעַר דוּ ,האָסט מיך ארוֹיסגעבּראכט פוּן די כּלים*, נוּ, בּדיעבד איו גוּט, װאָס ס'איז אַזוֹי געשען... גוּט, װאָס היינט איז שבּת.. װאָרוּם ווען נישט דאָס, װאָלסטוּ אפשר בּאַלד דערפילט דיין פריינדינס בּקשה... אוּן אפשר, קען אוֹיך זיין, אַז די וועסט איצטער שיקן... כע. כע... װאָס טראַכסטוּ{ וועסט שיקן? - איך וװעל שיקן... - וען? מאָרגן 1 - מאָרגן.