נאָר ס'לאָדג זיכ טישנ מיט גרעטשענע קאשעס אונ הירזשג,
מע סטאסעוועט קאָרענע ברויטג-- צעשניטענע שטיקער אונ גאנצע,
אונ ס'דאכט זיכ אָט װעט װאָראָשילאָווס צעווארעמטער פערד זיכ צעהירזשעג, פארײַסנ די מאָרדע אונ דאָ אפנ אָרט זיכ צעטאנצנ!
אונ ס'טוט נאָכ. אזוי אװוראָמ-הערש, צווישג אייג זיפצ אונ צווייטג,
א קוק א פארשטעלטנ אזא אפ דעמ פארביקג לײַװנט פונ. לעניג;
ער קוקט אוג ער זעט ניט-- װוּ הייבט ער זיכ אָג. װוּ פארגייט ער... ער האָט אימ, װי ס'דארפ צו זײַג, קיינמאָל אזוי ניט געזעג נאָכ...
איג דרויסג, אפ דניעפּער-- בעטאָנענע ביטנ. זיכ באָמבלעג,
אינלופטג זיכ ווארפנ, װי פיש, די צעזונגענע קראנענ;
קוקט אװראָמ-הערש אונ ער טראכט: איז אפ וועמענ זִשע כאפּט ער דעמ אָנבליק?
א היימישער, טראכט ער, אזוא, נאָר שווער זיכ אצינד צו דערמאנעג...
אנטקעגנ זיצט זשוק. ער איז בייז אונ פארכוישעכט.
ער קוקט ניט צו קיינעמ. ער עסט אזוי גרויזאמ;
אוג מיט ניט-צעקײַעטג ביסנ איג מויל אינעמ פליישיקס, שלעפּט ער ארויס זײַנ פּאָרטרעט פונ די וואטענע הויזג,
קוקט אפ אימ לאנג אונ באדאכט, גיט אימ פונ אויבנ ארונטער א וויש מיטג ארבל; - װוּ איז פארפלויגג די זיסע מאכנאָישע נאכט? ווער האָט פונ פּֿאָרטרעט אימ פארלאָשג די גאָלדענע פארבג?
נ'באמ טיש א געזאנג איז פונ גלעזער אוג טעלער, וי שוועררג זי שלעַפּג זיכ מונטער אונ גלאָקיק;
150