Druckschrift 
Dos idishe folḳ in tsifern / Yanḳev Leshtsinskiדאס אידישע פאלק אין ציפערן / יעקב לעשצינסקי
Seite
14
Einzelbild herunterladen

די מעטארן און השערות, וואס ווערן אייסגענוצט פון פארשיידענע סטאטיסטיקער בּיים פעסמשמעלן די בערכ'דיגע צאל אידן אין דער וועלט,--- מיר וועלן גאר צוגעבּן, אז די וויסנשאפטליכע סטאמיסטיק ווייזט אן גענוג מיטלען און דרכים, וי אזוי אויסצומיידן נרויסע מעותן און וי אזוי צו מאכן די השערות און אויטרעכענונגען וואס גאהענטער צום אמת.

לויט די השערות און אויסרעכענונגען פון טריטש איז אין 1915-טן יאָר געווען אויף דער גארער וועלט--- 14,840,000 אידן. לוט די דאטן, וואס זיינען געווען פובליקירט פון אידישן סטאמיסטישן קאמיטעט אין האַאַג, קומט אוים, אז אין 1918-מן יאר איז געווען 13,800,000 אידן.

סאיז קלאר, אז דאס אידישע פאלק כאשטייט בי היינטיגן מאג נים ווייניגער וי פון 14 מיליאן נפשות.= דאס איז אוא צאל, צו וועלכער די אידישע נאציע האט ניט דערנרייכט אפילו אין די בּעסטע און שענסטע פּעריאדן פון איר געשיכטע. צו דער צייט פון חורבן בית שני זיינען געווען אידן אין דער גארער וועלט בֿערך פֿון 4!/2 בּין 8 מיליאן נפשות-- דאם איז די מאקסימאלסטע ציפער, צו וועלכער די צאל אידן איז דערגאנגען פאר דער נאנצער ץפּאכע פון דער אלטער אידישער געשיכטע. אין משך פון לאנגען גלות בּיזן 17-מן יאר­הונדערט האט זיך די צאל אידן ניט נאר ניט פארנרעסערט, נאר א סך פאר­קלענערט. די נרויסע שטארבליכקייט, די שמדן, די רדיפות און חרינות, שחיטות און ננישות האבּן געבּראכט דערצו, אז צום סוף פון 17יטן יארהונדערט אין געווען אויף דער גארער וועלט קוים איין מיליאן אידן. און ערשט אין 18-טן און דער עיקר אין 19יטן יארהונדערט זיינען בּאשאפן געווארן די עקאנאמישע און פּאליטישע בּאדיננונגען, וועלכע האבּן גענעכּן א מעגליכקייט דעם אידישן פאלק צו פארגרעסערן זיך אין צאל און דערגרייכן די גרויסע ציפער פון 14 מיליאן נפשות. אין משך פון 18יטן יארהונדערט איז די צאל אידן אויסגעוואקסן בּערך גיל מאל, און האט דערגרייכט צום סוף פון דעם יארהונדערט בּיז 99 מיליאן נפשות. אין משך אבּער פון 19-טן יארהונדערט איז די צאל אידן פארגרעסערט געווארן פון 4 ביז 5 מאל און האט דערגרייכט צום אנהויבּ פון 20-טן יאר" הונדערט בּיז 19 מיליאן נפשות.

דער יארליכער צווואקס פֿון אידן אין דער גאנצער וועלט איז געווען, פאר דער וועלט-מלחמה, ניט ווייניגער פון 180 טויזנט נפשות, ד. ה. או אלע זעקם יאר איז צוגעקומען בערך א מיליאן אידן.

אין משך פון גאנצן מימלאלטער אוּן אפילו אין אגהויבּ פון דער גייער

14