קאפּיטל 1
די צאל אידן אין דער וועלט.
וויפיל זיינען פאראן איצט אידן אין דער נאנצער וועלט?
אט דאס איז די ערשטע וויכטיגע פראנע, וועלכע מע מוז פארענטפערן, נאך איידער מע טרעט צו אויפצוקלערן, וי די פארשפּרייטונג פון אידן אין פארשיידענע מקומות, אזוי אויך דעם אינעוויינינסטן בּוױ פֿון אידישן פאלק.= אויף דער דאזינער ערנסטער פראגע קאן מען אבּער געבּן נאר א בערכ'דיגע תּשובה און אט פארוואס. ראשית, זיינען פאראן א סך מלוכות, וואו אידן זייגען דא אץ א נאנץ גרויסער צאל און וואו ס'איז נאך עד היום יט געווען קיין איין פאלקפ-ציילונג(כּמעט אלע מלוכות אין אזיע, די גרעסטע צאל מלוכות אין אפריקע); שנית, זיינען פאראן א סך מאדערנע לענדער, וואו בּיי די פאלקסציילונגען ווערט ניט אנגעוויזן, צוליבּ פאלשע אדער נאאיווע פּאליטישע טעמים, נים די נאציאנאליטעט, ניט די רעליניע, און די צאל אודן אין די דאזיגע לענדער קאן אויך ניט אנגעוויזן ווערן מיט דער נעהעריגער פּינקטליכקייט(ענגלאנד, די פאראיינינטע שטאטן, פראנקרייך און אנדערע); און דריטנס, זייגען פאראן
= איניגע לענדער, וואו די לעצטע פאלקסיציילונגען זיינען פארגעקומען צוריק מיט
צוואנציג אדער נאך מער יארן, און פאר דער דאזיגער צייט זיינען פארגעקומען וויכטינע ענדערונגען אין דער צאל אידן. געמען מיר, למשל, רוסלאנד, וואו מגעפינט זיך כּמעט א העלפט פון אלע אידן פון דער גארער וועלט, איז די לעצטע פאלקסציילונג געווען אין 1897ימן יאר, און פאר די פֿארגאנגענע צוויי און צוואנציג יאר זיינען געוויס פארגעקומען גרינדליכע שינוים.= דער גאטירליכער צווואקס, די עמינראציע, די צוויי מלחמות, די צוויי רעוואלוציעם און די פּאנראמען = די דאזינע אלע געשעהענישן האבּן דאך א סך איבּערגעביטן אין דעם פּרט, נים געקוקט אויף די אלע אויסגערעכנטע חסרונות און דעפעקטן, מוז מען
זאנן, אז די אלגעמיינע צאל אידן, וואס װערט אנגעוויזן פון פארשיידענע סטאז מיסטיקער, איז דאך קרוב לאמת און אנטשפּרעכט אין א נענוג נרויסער מאס ר דער װירקליכער לאגע פון דער זאך. מיר וועלן זיך דא נִיט אפּשטעלן אויף
13