די איצטינע מלוכה-קארטע פון אייראפע מוז בּאטראכט ווערן, וי א צייטווייליגע, װי א איבּערנייענדינע. ווייל די מלחמה איז אין אמתן אריין נאך ניט פארענדינט, ניט קוקנדיג אויף די פיל אונטערגעשריבּענע שלוםראָפּמאַכן, מען קאן נאך גאר ניט ויסן, װי די אייראפייאישע מלוכה-קארמע וועט אין איינינע יאר ארום אויסועהן.
נאר סאיז דא נאך א וויכטיגערע סִבּה, וואס מאכט אוממעגליך צו געבּן
א סטאטיסטיש בּילד פון דער לאגע, וואס האט זיך נאך דער מלחמה אפּגעשטעלט. 1 אין איינינע לענדער, וואו סוואוינען גרויסע אידישע מאסן, זיינען גאך דער מלחמה קיין ציילונגען ניט פארגעקומען; וואס איז שייך צו די לענדער, וואו פזייגען שוין גאך דער מלחמה פארגעקומען פאלקס-ציילונגען, וועלן די נויטינץ פאר אונז מאטעריאלן פארעפנטליכט ווערן ערשט. אין איינינע יאר ארום. ווארום פאר אונז האבּן דעריעיקר א אינטערעם ניט די אלגעמיינע דאטן וועגן דער צאל איינוואוינער אין דער אדער יענער מלוכה, נאר דער נאציאנאלער צוזאמענשטעל פון יעדער מלוכה, דער נאציאנאלער צוזאמענשטעל פון בּאוונרערע קאַנטן און ראיאנען, פון בּאזונדערע וואוין-ערטער(שטעט, שטעטלאך און דערפער). אזעלכע דעטאליזירטע ציפערן װועלן געוויסם פארעפנטליכט ווערן הלואי אין א פאר יאר ארום.
מיר מוון אבּער נאך אנווייזן אט אויף וואס. אונזערע מאטעריאלן זיינען אזוי צוזאמענגעשטעלט, אז זי נעמען תמיד ארום בּאזונדערע נאציאנאלע קאנטן אדער ראיאנען. אזוי וי דאס רוב נייגעבּילדעטע מלוכות זיינען מערסטנטיילס אויסגעשניטן פון גאציאנאלע קאנטן, איז ניט שווער אויפן גרונט פון אונזערע מאטעריאלן צונויפצושטעלן די אדער יענע פון די דאזינץ מלוכות.
געמען מיר, למשל, פּױלן. נעמען מיר די צען רוסיש-פּוילישע נובּערניעס, גראָדנער און ווילנער גובּערניע, גאליציע פון עסטרייך און פּױזן פון דייטשלאנר -- און מיר בּאקומען מער פון 98 פּראצענט פון אלע איצטיגע פּוילישע אירן. מיר בּאקומען כּמעט די גאנצע אידישע בּאפעלקערונג פון דער נייער פּולישער מלוכה. דאס זעלבּע איז בּנונע צו אוקראינע, צו רומעגיע, טשעכא-סלאָװאַקײי און אזוי ווייטער,
בּנונע צו דער געשיכטליכער אנטוויקלונג פון דער אידישער בּאפעלקערונג און דער אדער יענער גיינעבּילדעטער מלוכה, קאן מען אויך זאגן דאס זעלבּע. געמען מיר נאך א מאל פאר א משל פּױלן. מיר ווילן וויסן דעם וואוקס פון
176