Jahrgang 
105 (1950) נר. 105 5-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

-הונגער, גויט, בלוט,

רויב, װױלטאָג, זנות.

תפיסות, תליות, קברים,

קעמפער, העלדן, וועגווייזערס, קעסל, װאָס זידט--­

שארפע מוחות, אדלער-בליקן צייכענען וועגן פארן ברויזנדן ים; כוואליעס אומגעהייערע

וי ווילדע אָגערס,

זיך גרייטן

אן צוימען זיך צעלאָזן

איבער סטעפּעס, איבער טייכן, איבער בערג. אויסנוצערס, משרתים, שׁוֹין גרייט די לייצעס נעמען אין האנט, פארפירן און שטילן די כוואליעס, פארוואנרלען זי אין שטילינקע-טייכעלעך, נאָר ערגעץ, ווייט, ווייט

איבער גרענעץ,

עמעץ

האָט קיין שלאָף,

פאריאָגט פון זיין היים

אין דער פרעמד

לעכאט נאך זייניקע,

איבער טייכן בלוט פון מיליאָנען טעמפּע, אָפּגענארטע שאָף, פּרוווט סטעזשקע אויסטרעטן, אפועריסענע פעדים פארבינען.

דער מענטש--- שטייט העבער

פון די שפּיצן פון די ריזיקע בערג מיט גרייז-גרויע קעפּ,

אויף וועלכע ער טרעט.

זיין געדאנק איז קלאָרער

וו דוי אייביקע שנייען,

װאָס באדעקן זייערע נאקעטע פעלזן. זיין הארץ-­

אָנגעזאפּט מיטן האס

פון דורות אויסגענוצטע

געפּייניקטע, אויסגעהונגערטע, געט-יבענע, אומצופרידענע, פארשפּארטע.

געשמיסענע, געקוילעטע

איז גליענדיקער

פון לאווע װאָס שפּריצט פון ווולקאנען. זייז ווילן, זיין גלויבן,

איז פעסטער פון שטאָל.

זיין אויג איז קלאָר, און אָנגעלערנט פון איבערגעלעבטן, פון געליטענעם. פון ערלעכע לערערס

טייטשט אויס און פּאסט צו

דאָס אָנגעזאפּטע,

אין נישט דערשלאָפענע נעכט

פון נישטערן, קלערן, דערוויסן, זיינע אקסלען, זיך פעסטיקן אויסצוהאלטן די אומגעהייערע משא פו! היסטאָרישן התחייבות,

קוֹקט, בליקט, שפּיצט אויערן

יעדן שאָרך אויפצוכאפּן

פון זיין היים,

פוז דער שפּאנענדיקער רגע

נישט פארשפּעטיקן חלילה, נישט פארפריען זי אֵט די לאנג דערווארטע רגע,

יַועז די שוואכסטע רינג

פו! דער דורותדיקער זשאווערדיקער קייט דארף פּלאצן

אונטערן צו פון כוחות

ואָס שלעפּן פון אלע זייטן.

נאָר מיטאמא? א ציטער:

ר'האָט דערהערט איר רוישנדיקן שאָרך. ר'האט זי דערפילט

די רגע,

זי צייטיקט זיך שוין דאָרט;

ר'זעט אויך פרישע פּיאווקעס

אין רויטן פארשטעלטען

צוגרייטן נייעַ קייטן

אויף קרומע סטעזשקעלעך

װאָס פארפירן פונעם גרויסן ברייטן שליאך. קורצזיכטיקע שונאים

מיט אָט דעם פייער,

רעכענען זיך שפּילן

זעען נישט דעם גלו,

פילַן נישט דעם ברי. בלוטיפארשמירטע הענט

ווישן זיך אָפּ מיט רויטע פאנען,

און זעצן זיך ביים פנריטיש--­בריזען פעטע ביינער.

און ער דארט צעשפּרייט

זיינע אָדלער-פליגל

און איז גרייט

אין שטורם, מיט אימפּעט זיך צעקאָזן. אָנגעקומען,

זיי זענען שוין דא.

ער

און זיין געווער:

די פּארטיי,

אי האנט פון ארבעטער-יקלאס.

זי נעמען זיך ארום, הא?רון זיך,

:: ,איקופ-בלעטער"?

אקטאבער

ווערן איינס, נפש-אחת. עס וואקסט, און שטייגט

העכער פון די כמארעס, וואָס זאמלען זיך אָן. רויק

מיט קלאָרן בליק.

ער, פארויס דאָס געזען

אויפן שארף פון זיין פּען,

דורות"גור? אויסגערעכנט.

דער שטורם ווייסט גאנץ גוט

ווא ר'האָט צו טאָן.

זאָל ער עס?

צעשמעטערן, צעדרויבלען.

פוילס, און מאָך, און שפּינװועבס

פּגר, שמוץ און קויט,

געזונטע יסודות פאר דער נייער וועלט,

מור דארפן האָבן!

מיט איין האנט צעווארפן, מיט דער אנדערער בויען--­און אינמיטן וויכער

צווישן הויכע כוואליעס, זיכער

שטעלט אויף שוין

רושטאָוואניעס

פארן ליכט-טורעם.

| פון

| ל װיגדער|

אין השכות פון דורות + שפּי?ט זיך מיט שונאים אָן א שיעור, שפאנט פארויס, ציט זיך צוריק, שפּאָרט כוחות שפּאָרט יעדן טראָפּן בלוט,

פֿון זייניקע,

זיין קו? שרייט און װאָרנט:

(נוט מער מלחמה!

מיטן דרויסנדיקן שונא

מיר האָבן חשבונות נאָך גענוג; מיטן אינעווייניקסטן,

װאָס לויערט אונטער דער פּלייצע".

ארום זיך חברים נאָענטע, אױסגעפּרוווטע און דערשטיקנדיקע טורמעס, מיט אָנגערויטע אייזנס, מיט סיבירער פרעסט, שטאָלענע ווילנס,

| גליענדיקע הערצער, זענען אלץ גרייט צו לערנען, צו פֿאָלגן, צו באפעלן, פירן און אָנפירן. א רגע טאָר מען ניט פארלירן...

= און ער האָט דעם באפעל געגעבן: מענטש און צייט זאָלן זייערס טון!

און ס'פאלן וי שטרוי-ווענט, אלטע צוימען, בער אָקטאָבער שפּאנט פאָרוים מיט ריזיקע זיכערע טריט, וויי? מיט אים שפּאנט מיט לענין, סטאלין. באווונדערן אלט און יונג אָט: דעם ריזיקן שפּרונג--­אָקטאָבער!

פריי געװאָרן כוחות

פון מענטש, פון פאָלק פון פעלקער; און וונדער באוויזן

אין פעלד, אין שאכט, אין פאבריק, אין קאמף קעגן הונגער, קעגן פינצטער, קעגן נויט, קעגן טויט,

פַאָרוּיס--- געבויט!

נאָר איבער גרענעצן

אט דא און דאָרט

געטון א שפּרונג

א פונק

װאָס נליט און גליט

אלץ טיפער

אין צעפוילטן בוים מיט געדיכטן שאָטן, ווו ס'האלטן זיך אויף

שלענג, עקדעשן, ווילדע חיות;

בילן, שטשורען מיט די ציין,

לאָז זיך צום גרויסן פייער

און אנטלויפן

מיט אָפּגעבריטע לאפּעס,

מיט פארבלוטיקטע. מאָררעס,

מים אויפגעשלאָגענע ציין,

אָקטאָבער, ווען נישט דו, וי װאָלטן מיר געווען געקאנט בייקומען

די מרה-שחורהדיקע נאכט,

װאָס ס'האָט געבראכט

דער בלוטיקער קאפּאָראל--­

א ניפטיקע שלאנג, אױסגעכאָוועט פונעם סיטי-ווא?-סטריט- עקדעש

זייט 8

און וואָם האָט געזאָלט ארומכאפֿן די גאנצע וועלט, פארנוכטן דיין צוויט.

אָקטאָבער!

װאָלטן מיר אֶן דיר

א סטאלינגראד געהאט?

אָקטאָבער!

ווען נישט דו,

װאָלט א הונדערטער-מיליאָנען פאָלק, ואס האָט געלעבט מיט א זשמעניע רייז, נאָך היינט, יעדעקן יאָר

געגעבן זיין צען-מיליאניקן קרבן

דעם הונגער און דער פּעסט!!

אָקטאָבער,

דו האָסט דעם זשאווער

אפועקראצט פון מוחות,

ווו ס'איז אָפּגעהיט געווען

טויזנטער יאָרן,

ס'זאָל חלילה א שטרא? נישט אריין-­און האָסט א נייעם מענטשן אױיסגעכאָוועט.

אָקמאָבער,

דו האָסט אונדן

אזויפי? בלוט און ראנגלעניש איינגעשפּאָרט מיט דיין לערע

אין דיין בוך זעען מיךר

אזוי קלאָר,

די װאָר.

אָקטאָבער, דו האָסט דעם מענטש דערהויבן

און אויפגעהויבן אים פון דער ערר צו וועלכער א דאָפּלטער קנעכט געווען צו אור, און אירע בעלי-בתים!

אָקטאָבער, דער דורותדיקער חלום איז געװאָרן װאָר;

מיר ווערן בעל הבית

איבער דער נאַטור!

דו באפעלסט, וי א מושל

די טייכן, ווו זיי זאָלן רינען;

די ווינטן, ווען זיי זאָלן בלאָזן;

הימלען, ווו און ווען זיי זאָלן רעגן-כמארעס ברענגען; מדבריות זאָלן ברויט און פּירות געבן,

אָקטאָבער!

דרינג אריין אין די מוחות, און אין די הערצעךר פון די איבערגעבליבענע

פון די געטאָס, פון די פּאָגראמען, פון די קאלעך-אויוונס

גיב זי

דעם ווילן, דעם קויעך, דעם מוט אריינצושפּאנען

אינעם נייעם לעבן

פון בויערס פון א נייער וועלט, פארוואנד? זייער וואנדער-שטעקן אין א קלאָפּישטעקן,

מיט וועלכן זיי זאָלן צעקלאפּן

די וואָס ווילן זיי פארכאפּן,

זי פארפירן

צו א פרישער קנעכטשאפט,

צו א נייעם בל?וט-מבול.

אָקמאָבער, דיינע דערגרייכונגען האָבן און א משוגעת-פיבער אריינגעוואָרפן

די װאָלקן-קראצערס;

מיט זייער ציטער

טרייסלען זיך

די בלוט-פארשמירטע, געשוואָלענע בייכיקע קאסע-קאסטנס, און איבער דעם קלינגען פון נאָלד-מטבעות

הערט זיך שוין דאָס קלינגען

פון טרייסלענדיקע קייטן

פון די, וואָם אין דעם ריזיקן געראנגל

צווישן צוויי ווע?טן--­

האָבן עפּעם אנדערש נישט אָנצוווערן.

אָקטאָבער!

דיין פונק נליט אלץ ווייטער, טיפער אינעם צעמוילטן בוים,

אָבער די מייכן בל?וט,

מיט וועלכע די חיות פּרווון אָפּצולעשן, זענען וי נאפט,

װאָס מען גיפט אויף פלאמען.

און איבער גרענעצן, איבער בערג, איבער אָקעאַנען,--­געפירט פונעם גרויסן אָנפירער און לערער,

מיליאָנען ערלעכע מאזאָלישע הענט

דריקן זיך פעסט

און אונטער רויטע פאנען,

אין דיין נאָמען,

ניט מער מאָנען

נאָר צווינגען אויף

דעם שלום!