(,איקוף-בלעטער"
נר. 127
דער פּסח"מעסאזש פונעם רב הכולל פון דער ר. פי ר.
(,לברכחה ולא לקללה, ל?שובע ולא ל?רזון, לחיים ולא?מות."
פאר ברכה און נישט פאר קללה,פאר זעט און נישט פאר הונגער, פאר לעבן און נישט פאר טויט.
(תפילה פון ט? פונעם 1-טן טאָג פּסח),
חשובע גלויבנס-ברידער!
מיטן רחמים פון דעם וואָם?עבט אייביק, פארזאטלט איר אייך פונדאָסניי אין אונדזערע הייליקע שׁולן און טעמפּלען, איר רעכט ווידער אָפּ דעם סדר, איר באצירט נאָכאטאָל מיט דעם פייערלעכן קלייד אייערע היימען, כדי צו פייערן איניינעם דעם ווונדערבארן יום-טוב, וואָס סינטעטיזירט אין. זיך דעם טויזנט-יעריקן ווונטש פון אונדזער אמונה, די פּערפאגענטע האָפענונג װואָס האָט באלויכטן דעם וועג פון דער גאנצער מענטשהייט: דעם גראנדיעזן אידעא? פון פרייהייט.
,יציאת מצרים", שטעלט מיט זיך פאר דאס הויפּט-געשעעניש פון אונדזער געשיכטע, וואָס מיר דערמאנען אין אונדזערע טאָג-יטעגלעכע תפילות, אונטער וועלכן צייכן ס'שטייט אונדזער גאנצער דת און וואָס איז פאר יעדן פון אונדז א פּערמאגענטער חוב דאָס צו דערציילן און אויסצוטייטשן.
דאָס ערשטע געבאָט פון די ,,עשרת הדברות": ,,אנכי ר' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים, מבית עבדים", ווייזט אונדז אָן די הױיפּט-וויכטיקייט פון אונדזער באפרייאונג. אנשטאט דער אייבערשטער זאָ? העכער שטעלן ,,בריאת העולם", שטעלט ער אין דער ערשטער ריי די באפרייאונג פונעם מענטשן, אנװייזנדיק אז די יצירה האָט נישט קיין שׁום ווערט אָן פרייהייט.
די אלטע חגדה דערציילט אונדז פונעם קאמף וװאָס אונדזערע אבות האָבן געפירט אויף צו צערייסן די קייטן פֿון שקלאפעריי. אירע פארגעלטע בלעטלעך פון דעם שטויב פון דוֹרוֹת, באקומען יעדעס יאר א נייעם סימבאָל.
דער אייביקער מניד האָט יעדעם מאָ? עפּעס נייעס צו דערציילן פאר די ,,כלנו מסובין" ואס הערן צו זיין מעשה פון אמאָל. אונדזערע אויערן פארנעמען נישט א ציטערנדיק קול װאָס דערציילֿט א שלעפעריק מעשהלע, נאָר פארקערט, די הנדהשע שורות בילדן די יוגנטלעכע, באנייסטערטע, באפליגלטע פון דער צוקונפט. מיר זינגען אין דער דאָזיקער נאכט נישט נאָר די עפּאָפּעע פון די צייטן פון אמאָ?, נאָר אויך דעם מעסאזש פון ,,אחרית הומים".:
יעדעס יאר און אין יעדן דור, אנדערע קינדער, אנדערע ווגנטלעכע, קוקן פארווונדערט צום צערעמאָניא? פונעם סדר, מישן אויף מיט אומשטילבארן דורשט פון וויסן די בלעטלעך פון דער הגדה און געפינען כסדד אנדערע קשיות, אן אנדערן "מה נשתנה". זיי פארלאנגען א פֿארגלייך צווישן"הלילה הזה", צווישן זייער קאמף פאר באפרייונג, און כ? הלילות" די קאמפן פון אמאָ? ואס מיר דערמאנען זיי אין דער נאכט פון פּסַח.
לאָמיר זיי אויך דאָס מאָ? נישט אנטוישן. ווארפנדיק א רעטראָספּעקטיוון בליק אויף דעם"עבדים היינו" פון אמאָל װילן מיר דערפון לערנען פארן הוה און פארן עתיד. די שקלאפעריי פון פּרעה האָט באטייט א הארטע אונטערדריקונג פון די ארבעטנדיקע מאסן צום נוצן פון א קליינעם שיכט אויסנוצער. די שקלאפן זענען געווען געצווונגען אויפצובויען מיט דעם שווייס פון זייער שטערן;ערי מסכנות לפּרעה";שטעט און פעסטונגען אויסגעבויטע פון זייער ארעמקייט פאר פּרעה'ן"
(גמ' סוטה יא). די ארבעט איז געווען שווער און כיטער, ס'איז=
נישט געווען די געבענטשטע ארבעט צום וווי?זיין פון די מאסן, ס'איז געווען די דערנידעריקנדיקע ארבעט פון וועלכע פרוכטן זי האָבן נישט גענאָסן. ס'איז געווען די ארבעט לטובת די אויסנוצערס וועלכע האָבן געלעבט אין װוי?טאָג, ס'איז געווען די ארבעט פון שקלאפן כדי די הערשער זאָלן רייך ווערן. אלץ שטארקער איז געווען דער אויפברויז פון די שקלאפן. אלץ איבערוועגנדיקער איז געווען זייער וונטש צו צעשטערן די+ומגערעכטע און אוממענטשלעכע אָרדענונג. ם'איז אמת, אז נאָך דעמאָלט האָבן אי פּרעה אי זיינע יידישע חברים, קרח, דתן און אבירם, וועלכע האָבן זיך אויך בארייכערט פון דער נויט פון די מאסן, געפּרװווט צו פארפלעכטן די אומברחמנות'דיקע רוט מיט די זיסע רייד. פון איין זייט האָט מען באהאנד?ט די שקלאפן"בעבודה קשה" פון דער אנדערער זייט האָט מען באנוצט 4פה רך? דאָס פּערפידע וואָרט, וואָס זייעט שנאה צווישן זיי, ס'זאָל זי שטערן זיך צו אָרגאניזירן, ס'זאָל זיי רויבן דאָם באוווסטזיין פון זייער מאכט, ווען זי זענען פארייניקט. אויף איין זייט האָט זיך די פּרעה'שע מלוכהיפּאָליטיק קאָנקרעטיזירט איז הבה נתחכמה", און אויסגעפונען די טייוולאנישע מעטאָדן וויאזוי פון זיי ארויסצוציען דאָס לעצטע ביסל? מארך, און פון דער אנדערער זייט איז משה-- דער רעוואָ
לוציאָנער, דער װואָס האָט צעוויקלט די פאָן פון פרייהייט, דער ואס האָט געבראכט די לאָזונגען וועגן די רעכט פונעם ארבעטנדיקן מענטשן,-- אױיסגעטאָלט געװאָרן וי אן אוטאָ
פּיסט, װי א געפערלעכער אניטאטאָר צו וועמענס אָנרעגונגען מען דאר זיך נישט צוהערן.
אומזיסט זענען געווען די התראות װאָס די עניפּטישע שקלאפן-באזיצער האָבן באקומען. איינע נאָך דער אנדערער זענען ארויסגעקומען די מכות וװאָס האָבן גענאָגט זייער סאָציאלע אָרדענונג און האָבן זי געמאכט ציטערן פאר דעם סוף װאָס ס'דערווארט זיי. ביי יעדער נייער מכה, זענען זיי געווען
גרייט צו ברענגען נייע{רעפאָרמעס" צו שיטן זאלץ אין רי אויגן פון די מאסן כדי אויפצוהאלטן די כוואליעם פון צאָר; ואס האָבן זיך קעגן זיי דערהויבן, מיט פאלשע הבט
חות וועלכע זיי האָבן טאקע תיכף נישט איינגעהאלטן.
דם ואש ותמרות עשן".
דאָס איז געווען דער בילאנץ פון אן ארדענונג װאָס האט זיך אויפגעבווט אויף רויב און עקספּ?אָאטאציע, אויף די חורבות פון דער סאָציאלער אָרדענונג, גאָך דעם װאָס פ'איז אריבער אויך די?עצטע מכה, וועמענס רעזו?טאט ס'איז געווען (,כי אין בית אשר אין שם מת", האָט ענדלעך דאָס פאָלק געקענט צערייסן די קייטן און שפּאנען אויפן וועג פון באפרייונג.
אין זיין אומבאגרענעצטער גיריקייט, ווי? זיך פּרעה אָבער נישט אונטערגעבן. ער קען זיך נישט פאָרשטעלן אז די שקלאפן האָבן זיך געראטעוועט, און ער אָרגאניזירט אין איילעניש אן ארמיי פון מערצענארן מיט וועלכער ער יאָגט נאך די באפרייטע. ס'איז אים נישט גענוג דער חורבן און טרויער װאָס האָבן קולמינירט אין דער צענטער מכה. ער וי פּראָװאָצוהן א ניי בלוט-באָד, מיינענדיק אז ס'וועט אים גע
וויןיע.
לונגען צוריקצוטרייבן צווישן די צוימען פון שקלאפעריי די יעניקע װאָס זענען געוואָרן ,,בני חורין".
אין דעם מאָמענט פוז גרויסן נסיון.--- דערציילט אונדז דער כראָניקער,-- האָט משה באגעגנט אייניקע שטערונגען אין זיינע אייגענע רייען. אייניקע חייבן אֶץ רעדן ועגן ,נשוב למצרים". דאָס זענען די יעניקע וואָס חלומען דעם;זכרנו את הדגה", קרחס תלמידים וװואָס האָב} איין איינציקע אויפאסונג וועגן זייער ,,אייניקייט'' מיט דער ברייטער יידישער מאסע: אז די אנדערע זאָלן ארבעטן און זיי זאָלן שארן גאָלד. דאָס זענען געווען די דאָזיקע וועלכע גיבן זיך אָפּ חשבון אז זייערע
אינטערעסן פאלן צוזאמען מיט די אינטערעסן פון עניפ8ּטישן עקספּלאָאטאטאָר און ווילן אומקערן די מאפן צו שקלאפעריי. משה'ם דונערדיק קו? גיט זיי אָבער דעם געהעריקן
ענטפער: ,לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם" אומזיסט פּרוווט איר צוריקצודרייען דאָס ראָד פון דער געשיכטע. ס'גייט נאָר פאָרויס. די צייטן פון וועלכע איר חלומט, די צייטן פון טרויעריקע דעריגערונגען פון די ליידן פון פאָלק, וועלן זיך נישט אומקערן.
ס'געפינען זיך אויך אנדערע, וואָס נישט באנעמענריק דעם אימפּעראטיוו פון דעם אנטשיידנדיקן מאָמענט אין וועלכן זיי לעבן, פֿארלירן זי זייער צייט מיט אומזיסטיקע געשרייען, אין אומפרוכטבארע רכילות. משה שטילט זיי איין מיט די ווערטער: ,,ואתם תחרישון", באווייזט מיט איער טאט,= מיט איער ארבעט, אז איר זענט נוצלעך דעם כלל. פארייניקט אייך אין איער קאָלעקטיווער שטרעבונג קעגן דער סכנה, דעמלט וועט איר פארשטיין די שוועריקייטן, די אומפארמיידלעכע שוועריקייטן פון דער צייט ,ביישטייערנדיק צו זייער באזייטיקונג.
ס'זענען דערשינען אויך אייניקע ואס האָבן געפּרעדיקט ,נטבע לים". זי האָבן אנטמוטיקט און געזוכט צו פארטונקלען די ווונדערבארע פּערספּעקטיוון וועלכע האָבן זיך באוויזן אויף די האָריזאָנטן פון דעם וועג צו פרייהייט און האָבן געפּרוווט צו פארשפּרייטן האָפנונגסלאָזיקײט אין די הערצער פון די מענטשן. דער קלוגער ענטפער פון אונדזער גרויסן לערער צעטרייבט אָבער די דאָזיקע קינסטלעכע וואָלקן. ,,התיצבו וראו את ישועתם ד'" שטייט וי אן אומצעשטערבארער פעלדז אין וועלכן ס'וועלן צעשמעטערט ווערן די כוואליעס פון האס, און איר װעט זען, ,ישועת ר'".
נישט קאָלעקטיווער זעלבסטמאָרד, נאָר אינעם לעבן. ווענדט אָפּ איער בלוק פון דער טרויעריקער פארגאנגענהייט און קוקט צוֹ דער שיינער און ליכטיקער צו" קונפט וועלכע שטייט פאר אייך. פון אייך הענגט אָפּ די ישועה וועלכע איר דערווארט,
די גרויסע מאסן, געהארטעוועטע אין קאמף און אין ליירן; דאָס פאָלק וועלעכס זעט אין משה דעם ליכטיקן וועגווייזער און האָט דעם געזונטן אינסטינקט פון פארטיידיקן זיינע אינטערעסן, באקעמפט די איזאָלירטע מענדענצן-- װאָס זענען אויבן דערמאנט געװאָרן--- מיט דער פּאָזיטיווער לאָזונג פון קאמף קעגן די טיראנען וואָפּ װילן זיי אריינווארפן אין שקלאפעריי. זי זענען זיכער אין דעם זיג וויי? זי זענען איבערצייגט פון דער גערעבטיקייט פון זייער זאך.
מיט פֿאָטערלעכער דאנקבארקייט, מוטיקט משה הונדער. טער טויזנטער קעמפער;אָננדיק זי ,,ד' ילחם לכם"-- גאָט וועט אייך שטיצן אין איער קאמה".
ליבע גלויבנסיברידער!
, דם ואש ותמרות עשן". דאָס איז דער בילאנץ פון רי יאָרן פון ביטערע ליידן װאָס מיר האָבן דורכגעמאכט אונטער דֶער הערשאפט פון די מאָדערנע פּרעה'ס. צוזאמען מיט די ברייטע פאלקסימאסן פון די אנדערע פעלקער זענען מיר געווען אונטערגעוװואָרפן דער ראפֿינירטסטער פאָרם פון שקלאפעריי לטובת א קליינעם שיכט פון אונטערדריקער. אין איין פערטל? יאָר-הונדערט, האָבן זיי אריינגעװואָרפן די מענטשהייט אין צוויי וועלט-מלחמות, זי האָבן פארשפּרייט טרויער און טרערן אין די היימען פון צענדליקער מיליאָנען מענטשן און זיי האָבן פארניכטעט אין בלוטיקע שחיטות, אין פייער פון קאלך-אויוונס און אין רויך פון די גאז-קאמערן 6.000.000 יידן.
{,אין בית אשר אין שם מת"; ס'איז נישט פאראן קיין יידישע היים אין וועלכער ס'זאָ? נישט פעלן א ליבע נשמה װאָס איז געפאלן אלס קרבן פונעם מולך פונעם 20יטן יאָרהונוערט, אין די מלחמות װאָס זענען פּראָוואַצירט געװאָרן פון די הערשער פונעם רייכטום, פון ענגלאנד און אמעריקע און פון זייערע משרתים. פאר אונדז, דער שארית הפּליטה, איז גישט פאראן קיין דערנידערונג װאָס ס'זא? אונדז געווען פאךשפּאָרט ווערן, קיין שמערץ װאָס מיר זאָלן נישט געווען ליידן, קיין חוזק וועלכן מיר האָבן נישט דורכנעמאכט, פון די כוחות פון פינצטערניש און פוז זייערע עקספּאָנענטץ ביי אונדז אין ל?אנד. י:
די שעפער פון פאשיזם און היטלעריזם, די פּאָטענטאטן פונעם גאָלד, האָבן געפילט די מכות װאָס נאָגן זייער סאָציאלן פיסטעם און האָבן געפּרוווט זיך דורכצורייסן דורך די פּעריאָדישע-ערשיטערונגען,, מיט ,פּה רך'' מיט פאלשע הבטחות װאָס זיי האָבן געגעבן די מאסן דורך א שלייער וואָס זיי האָבן געוועבט כרי אָפּצװוענדן די אויפמערקזאמקייט פון די פעל. קער. דער מאָדערנער אנטיסעמיטיזם האָט געהאט די ראָל, פאָרצושטעלן דעם ייד, אלס שעיר לעזאז? פון אלֿע אומגערעכטיקייטן. זיי האָבן צעבינדן דעם האס, דעם אומברחמנותדיקן האס קעגן אונדז; דעם האס צווישן פעלקער כדי זי צו צעשיידן און זיי לייכטער באהערשן,
לנבי דעס דורכפאל? פון די דאָזיקע פּרוװן, קעגן דעם בלאָק פון די 800 מיליאָנען מענטשן, בראש מיטן גרויסן סאוועטן-פארבאנר, וועלכער האָט צעשמעטערט די קייטן פון שקלאפעריי, ווילן. זי פּונקט וי פּרעה נאָכיאָגן די געשיכטע און זי אָפּשטעלן פון איר נאטירלעכן גאנג. זיי פראָפּאגירן אויף א צינישן אופן א דריטע ווע?לט-מלחמה, מייגענדיק אז אזוי ארום ועלן די שקלאפן פון נעכטן זיך אומקערן צו דער ועלט פוֹן עסספּלאאטאציע.
הייסער גלויבן
זי רעדן פון מאסן פֿארניכטונגס"וװואָפן, זי שטעלן די וויסנשאפט אין דינסט פון צעשטערונג און מיינען אז אזוי ארום ועלן זיי ראטעווען זייערע רייכטימער ואס זענען אין
נעפאר. שוין באלר א יאָר זייען זיי חורבן אין דעם פרידלעכן קאָרײע וועלעכס זיי פּרווון צו באהערשן.
די װאָס באדינען זיך מיט ,פּה רך", די נעכטיקע שותפים פון היטלֿער; און די היינטיקע דאָקטרינארן פון ,,דעמא"
קראטיע"; די וואָס האָבן נישט גערירט מיט קיין פינגער הי צו פארמיידן אונדזער טראגעדיע און היינט קלינגען זי אין
אלע דוחות" ליידיקע ווערטער וועגן זייער פרייהייט, זענען צוגעקומען צו א מאָמענט אין וועלכן זיי-אליין האָבן צעריסן דעם פארבלענזנדיקן שלייער וואָם זי האָבן געוועבט
פארן ווע?לט-געוויסן.
זי באוואפענען מערב-דייטשלאנד, זיי גיבן דאָס כלייוין אין די הענט פון תלינים, זי שאפן א נייע נאצי-ארמיי, זֵיי באפרייען פון די תפיסות קריגסיפארברעכער פארמשפּטע אלס אזעלכע פון דער פעלקער-יוסטיץ פון נירנבערג און שטעלן זיי אין שפּיץ פון דיוויזיעס פון מערצענארן, זיי לעבן אויף דעם אנטיסעמיטיזם אין זיין ווילדעסטער פאָרם כדי צו געבן ו'דער א ,,אידעאָלאָגישן באזים"' דער מערדערישער האנט וװאָס זי גרייטן צו:
אז גענעראל? אייזנהאוער דערקל?ערט די רוצחים וועלכע האָבן באפלעקטע הענט מיט בלוט פון מיליאָנען מענטשן, אז ס'איז ,,שׁוין געקומען דער מאָמענט פוז פארגעסן", וועלעכס איז דאָס יידישע געוויסן וואָס זאָל נישט דערציטערט ווערן פון דער צינישער באליידיקונג כלפּי אונדזערע קדושים װאָס פארא אנדערע תשובה קענען מיר געבן וי נאָר: ,זכור את אשר עשה לך עמלק"?
מיט טיפן ווייטיק זעען מיר צו וי די כוואליעס פון פּראָטעסט וװאָס האָט פארייניקט די גאנצע מענטשהייט קעגן דער פאראכטונג פון די על?עמענטארסטע מענטשלעכע געפילן; דער אויפברויז פון רעוװואָלט ואס ברעכט אויס פון צווישן רי יידישע מאסן פון אומעטום און אויך פון די פוז ישרא?, געפינט נישט קיין אָפּקלאנג ביי די יעניקע וװאָס פירן היינט אֶן מיט דער דאָזיקער מלוכה. פארקערט, זיי פארביטן די מאניפעסטאציעם קעגן דער באוואָפענונג פון די נאציסטן, דורך די אליאנסן װאָס זיי שלֿיסן, דורך די סטראטעגישע באזיסן וװאָס זי בוען אויף, דורך דער קעגנערישער פּאָליטיק לגבי דעם סאָוועטן-פארבאנד וועלכער האָט געראטעוועט אונדזערע לעבנס און אויך די פונעם פאָ?לק פון ישרא?, און מיט וועמענס הילף ס'איז געשאפן געװאָרן די מדינת ישראל.?עבן וועמען רייען זיך איין די היינטיקע פירער פון ישראל??לעבן די זעלביקע כוחות וװאָס האָבן כבאוואָפּנט די אראבישע באנדעס כדי נישט צוצולאָזן דאָס שאפן די מדינת ישרא?, לעבן די כוחות װאָס פיגאנסירן און?עבן אויף די שנאה קעגן אונדו, לעבן די מאטעריעלע אויטאָרן פון די פארניכטונגס-אויוונס, גודעריאן,
מאנטייפל, שפּייד?, א. א. וו. זײ באהויפטן אז זי רעדן אין..
נאָמען פוּן די יידישע אינטערעסן.
אין נאָמען פון וועלכע יידישע אינטערעסן? אין נאָמען.
פון אינטערעסן פון די ברייטע פאָלקס-ימאסן פון ישראל, וועלכע האָבן אין זייער גרויסער מאיאָריטעט אונטערגעשריבן דעם שטאָקהאָלמער שלוםיאפּע?, דערקלערנדיק זייער ווילן צו שלום? אין נאָמען פון די וועלכט ווייסן דעם אמת פון די ווערטער פון דעם נביא ,,חינם נמכרתם, ולא בכסף תנאלו".. אומזיסט זענט איר פארקויפט געוואָרן, אָבער נישט דורך געלט וועט איך אויסגעלייזט ווערן? און נאָמען פון די ברייטע פאָלקס-מאסן, פון די פאָלקס-דעמאָקראטישע?לענדער, וועלכע האָבן זיך דערהויבן צו א פריי און ווירדיק?עכן, וועלכע האָבן געזיכערט זייער רעליגיעזע פרייהייט, וועלכע קעמפן קעגן די קרינסהעצער? צי רעדן זיי אין נאָמען פון די ,יידישע" אינטערעסן פון די מאָדערנע קרח'ס; בערנארד בארוך, מאָרגנטוי, א. א. וועלכע ס'וועט אזוי בארירן א נייע יידישע קאטאסטואָפע-אזוי וי ס'האָט בארירט די וועלכע מיר האָבן דורכגעמאכט?
אומגעהויער איז אונדזער צער לנבי דער דאָזיקער האלטונג פון די װאָס פירן היינט אַן מיט מדינת /ישראל, אָבער אומבויגזאם איז אונדזער האָפּענונג אינעם ווילן צום שלום פון דעם ארבעטנדיקן פֿאָלק פון ישראל.
ליבע. גלויבנס-כרידער!
די באוועגונג פון די שלום-פארטיזאנער פון דער נאָרעך וועלט, איז די גאראנטיע אז די פּלענער פון אָנצינדן די וועלט וועלן נישט געלונגען. הונדערטער מיליאָנען מענטשן-- אָן אונטערשיד פון נאציאנאליטעט, רעליגיע און סאציאלער לאגע--שפּאנען האנט אין האנט אויפן וועג פון שלום, און פון אויפבויען א בעסערע ועלט, אין אלע עקן וועל?ט חתמענען זי
איצט דעם אפּע? פון דעם אלוועלטלעכן שלוםיראט ועגן א ברית שלום צווישן די פינף גרויס-מאכטן. חתמעט דעם אפּעל פאַרן ברית שלום און איר וועט
דערמיט באווייזן אז איער גאנצע שטרעבונג שטייט אונטער דעם צייכן פון ל?ברכה", פון אונטערשטיצן די כוחות פון געבענטשטער שאפונג און ניט ,לקללה" פון די כוחות פון פארשאָ?טענער צעשטערונג.:
חתמעט דעם אפעל פֿארן בריח שלוס און איר וועט דערמיט עדות זאָגן וועגן איער אנטשלאָסנקייט צו ארבעטן פארן קאָנסאָלידירן אונדזער טייער היימ?אנד די ר. ם. ר. צו פארשגעלערן דאָס רעאליזירן פון ,?שובע" פון א עפּאָכע פון שפע ,ולא לרזון", און נ!שט פון אריינווארפן אין הונגער-נויט די ארבעטנדיקע מענטשן.
חתמעט דעם אפּעל פֿארן ברית שלום און איר וועט דערמיט דערקלערן נאָכאמאָ? איער אומדערשיטערלעכן גלויבן אין ,?חיים" אין די כוחות פון לעבן, פון שלום און גערעכטיקייט, ,ולא למות" און נישט אין די כוחות פון טויט, מלחמה און פארשקלאפונג.:
איך װונטש אייך אז דער אייבערשטער זאָ? פארגעמען אויערע תפילות, זאָל בענטשן איער ארבעט און זאָל דערפֿולן רעם ווונטש פון די נאָך פארשק?אפטע פעלקער אזוי וי האט דערפולט אונדזער ווונטש, כדי די נאנצע מענטשהייט זאל קענען אויסזינגען דאָס לויב-געזאנג פון דער הגדח;
,הוציאנו מעבדות לחרות, מיגון לשמחה, מאב? ליוםטוב, מאפלה?אור גדו?, ומשעבוד לגאולח, ונאמר לפניו שירה חדשה הללויה".
טיר זענען אויםגעלייזט געוװואָרן פון פרייהייט, פון שמערץ צו פרייד, פון טרויער צו יום-טוב, פינצטערניש צוֹ גרויסן ליכט, פון אונטערדריקונג צו דערלייזונג, און מיר ועלן אויסזינגען דאָס נייע געזאנג הללויה.
מיט דער טראדיציאָנעלער ברכה פון
חג כשר ושמח
שקלאפעריי צוּ
{ רב חכו?? דר. משהת ראָזען
ער
פון.
: | , ײ' 1 :