Jahrgang 
139 (1951) נר. 139 6-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

18

7

טן, די

ײ',

ונ

ער זין

קט אס :ט

יי

0

יי יי יי

||

=

נר. 189

ישרא? בראונשטיין איז אריין אין דער געשיכטע פון דער פּראָגרעסיווער יידו­שער ליטעראטור אין רומעניע מיט א באשיידענעם ביישטייער. זיין ווערק פאר­געמט נישט קיין צענער בענדער מיט גאָל-י דענע אותיות אויף די דעקלעך, מיט הקדמות און ביאָגראפישע סטודיעס פון חשובע ליטעראטן. צוויי באשיידענע ביב­לעך: ,,מאָלדאָווע מיין היים" און'האָב געעפנט ברייט די טויערן" דאָס איז די ליטערארישע ירושה פונעם דיכטער ישראל בראונשטיין.

בראונשטיינס לידער זענען אונדז אָבער חשוב. מיר ברענגען זיי אפיר פון דער פארגעסנקייט, ווו ס'האָבן זיי אריינגע­װאָרפן די פארנעמע ליטעראטור-פארזאר­גערס פון זיין צייט, און געבן זיי אָםּ דעם געהעריקן און פארדינטן פּלאץ אין אונדזער נייער ליטעאטור. בראונשטיין איז געווען א זון פונעם ארבעטער-קלאס, ער האָט אויף זיינע פּלייצעס געפילט די רדופות און די פּ?אָגן מיט וועלכע די בורזשואזיע האָט מזכה געווען די פֿאָלקט­מאסן אין אונדזער לאנד. זיינע לידעך זענען דעריבער ווי א פֿאַרװונדעטער גוף פון וועלכן פ'האלט אין איין טריפן דאָס בלוט, נאָר אין וועלכן ס'קלאָפּט א געזונטע נשמה, אן אָנגעפולטע מיט האס קעגן די פּייניקער, קעגן די אונטער­דריקער.

די 29 יאָר ואס בראונשטיין האָט נע­לעבט, זענען געווען א קייט פון ליידן, נויט און הונגער. געבוירן איז ער אין שטעפאנעשט, א קליין שטעט? אין דער מאָלדאָווע, זיין פאָטער האָט פון זיין אר­בעט ביים בעל-הכית אין דער בעקעריי, קיינמאָל נישט פארדינט גענוג כדי מפרנס צו זיין די משפּחה. דערפאר האָט זיין זון, ישראל, פון קיגדווייז אָן זיך אליין גע­מוזט זוכן חיונה. קוים ארוי פוֹן דער פֿאָלקס-שול, האָט ער זיך שוין באקענט מיט דעם טרויעריקן לעבן פון זיין קלאס, א צייטלאנג, האָט ער געארבעט אין א בעקעריי. דערנאָך איז ער געווען א משרת אין א מאנופאקטור-געוועלב. דורך עי װאָס ער האָט נישט געקענט איבערטראָגן די עוולות פון די בעלי-הבתים, פלעג ער זי אָפּענטפערן און פלעג זיך אָננעמען פארן רעכט פון א חבר, איז ער שטענדיק געווען ארבעטלאָז, שטענדיק זיך געוואל­גערט אויף דער גאס אין נויט און דחקות.

אין יאֶר 1929 איז ער געקומען קיין בו­קארעשט. א חבר זיינער דערמאגט זיך אָן דער ערשטער באגעגנונג מיט בראונשטיי­נען אין א קרייז פון רעוואָלוציאָנערער יידישער יוגנט; צארט בחור? מיט קרענקלעכע פארפלאסטע באקן, מיט ברענענדיקע אויגן װאָס האָבן געקוקט שארף און בייז, א שפּיציקע נאָז און א שמאָלע קין-באס."

דאָס שרעקעלעכע לעבן האָט בראונ­שטיינען פארצערט דאָס פּנים און אוים­געפרעסן די לונגען. אסך פיבערדיקע שעהן האָט ער פארבראכט אויף די אייזערנע שפּיטאָל-בעטלעך. א גרויסער טייל פון זיינע לידער זענען געבוירן געװאָרן אין שפּיטאָל פאר לונגען-קדאנקע פון טשער­נאָוויץ, אָדער אין שפּיטאָל פון בערנאָווא, ווו דער דיכטער איז געווען אינטערנירט. צוליב זיין אקטיוון אָנטייל אינעם אנטו­פאשיסטישן קאמף, האָט זיך בראונשטיין אויך באקענט מיט דער תפיסח.

בראונשטיין דער ארבעטער-דיכטער

,איקוף-בלעטער"

ליידער האָט בראונשטיין נישט דער- נישט דער קראָ'ס איז די גרויסע זינד,

לעבט צו זען וי דער ארבעטעריקלאַס פון אונדזער?אנד האָט צעשמעטערט די קייטן ואס דער בורזשואזער רעז זשים האָט געשמידט אויף זיינע הענט. ער האָט נישט דערלעבט צו זען די בא­פרייונג און דעם אויפבלי פון דער רו­מענישער פאָלקס-רעפּובליק.

בראונשטיין איז אומגעקומען אין דער צייט פון דער מלחמה אין יאָר 1942.

+ באַטראכטנדיק בראַונשטיינס לידער און פּאָעמען, ווערט מע{ פארכאפּט פון זייער אָריגינאליטעט, פון דער הויכער כוונה פונעם דיכטער. פון דעסטוועגן קען מען די ליטערארישע שאפונגען פון בראונשטיינען נישט אנרופן פארענדיקטע. מיר האָבן פאר אונדז אן אָנזאָג, א נאָך נישט צעבליטע רויז, אָבער בלי ספק. א רויז. די בלעטעלעך זענען נאָך בלייך, האבן נאך נישט די רויטע, רייפע פארבן, אָבער זיי האָבן די איידל?קייט, דעם דופט פון דער רויז. בראונשטיין איז געווען א פּאטריאט, ער האָט געליבט זיין חיים, די מאָלדאָווע, מיט זיין גאנצן יוגנטלעכן אימפּעט.

מאָלדאָווע מיין היים"--- זאָגט דער דיכטער אינעם קורצן פֿאָרװואָרט צו זיינע לידער--- וויי? דאָ אין מאָלדאָווע בין איך געבוירן געוואָרן. איך, מיין פאטער, מיין זיידע, דעם זיידנס זיידען..., מאָל­דאָווע מיין היים" וויי? מיין פאָטער, מיי­נע פעטערס, האָבן באגלייך מיט אלע בירגער פון רומעניע יאָרנלאנג געפוילט אין די טראנשייען, אָפּגעראטעוועט פון שונאס האנט די שיינע מאָלדאָווע. דער­פאר ,,מאָלדאָווע מיין היים".

איינע פון בראונשטיינס ווערטפולסטע שאפונגען איז דער פּאֶעם ,גסיסה אין טראנשיי". יעדעס אות פון דעם דאָזי­קן פֿאָעם, איז א פארווונדעטער גוף. יעדע שורה איז א ריטשקע בלוט, אויסגעמישט בל?וט, פון גיצע פון מאָלדאָווע און פון משה זיין קאמעראד, וועלכע ליידן אי­ניינעם די פּלאָגן פונעם קריג. דער פּאֶעם איז א פּראָטעסט קעגן די שולדיקע איה נעם קריג, די זעלבע װאָס האָבן פארבי­טערט דאָס לעבן פון ניצען, און פון משהן ביז צו דער מלחמה, די זעלבע קא­פּיטאליסטישע וועלט-הערשער.

'ווי? די וועלט זאָל זען אז גיצע פון מאָלדאָוע, האט אין לעצטע מי­נוטן פון לעבן געלאָזט וויסן זיין אכט יעריקן יתום, אז שולדיק אין אלעמען איז נישט משה, שמואל, צי איציק, נאָר טאקע דער גאָט ואס רופט זיך קריג"...

ניצע פון מאָלדאָווע?אָזט וויסן אין דער ,צוואה" זיין זון, ווער ס'איז שוֹלדיק אין זיין טויט, ווער ס'איז שולדיק אינעם קריג:

זי איז נישט מער וי א ב?לינדע האנט אין דינסט פון יענעם ליפעראנט וואָס פארברענט די גאנצע וועלט. ער פארברענט אויך אונדזער?אנד, און לאַכט דערצו און קוועלט..."

בראונשטיין האָט אויך געשריבן עט­לעכע סקיצן, אין דער רומענישער שפּראך, וועלכע זענען געדרוקט געוואָרן אינעם זשורנאל ,אדאם" אין די יאָרן 9. אין זיי שִילדערט ער אויך דאָס הינטישע לעבן פונעם ארבעטער אין דער קאפּיטאליסטישער געזעלשאפט ,טרו­סטעצע?אי מאָט??(מאָטלס טרויער) אָדער בילדער פונעם קריג ,,דא, געאָרגע מאי טרעיעשטע"(יאָ געאָרגע לעבט נאָך).

ער האָט געזוננען די ל?יידן נעם ארעמען אויסגענוצטן פּױער און פונעם פארשקלאפטן ארבעטער צו די באָיארן און פאבריקאנטן. בראונשטיין האָט געהאט זיינע װאָרצלען טיף פאר­גראָבן אין דער נשמה פון די דאָזיקע מענטשן, ער האָט געפילט אלע זייערע ליידן און זייערע שטרעבונגען.

אז מיר לייענען זיינע לידער, פילן מיר אז ער האָט נישט אלץ דערזאָגט, אז אין זיין נשמה איז די ווייטיק געווען אסך טיפער און הארכבער. כראונשטיין האָט נאָך געהאט אסך צו זאָגן. זיין הארץ איז געווען פו? מיט געזאנג און מיט לעבן. 'האָט דער פרילינג זיך אזוי צעשפּילט און מיינע פיראונצוואנציק יאָר או כ'פיל; די זון ווי? גלעטן מיינע האָר... ניין! איך ווע? נאָר פארקויפן מיינע הענט מיין הארץ על איך ארויסשיקן זיך שפּילן מיט דער זון..." שרייבט בראונשטיין אין זיין ליד ,פאר וואָס האט מען פארמאכט די?אָדן?"

די דעמלטיקע אינטעלעקטואלע קרייזן, האָבן אים גערודפט, האָבן פארשוויגן זיינע ווערק, האָבן אים אָנגערופן ,דער יונג" וויי?ל ער האט געװאַגט. צו דעמאסקירן זייער מיאוסן פּרצוף. דערפאר האָט ער געליטן הונגער און נויט און קיינמאָ? נישט געהאט א געלעגער פאר זיין אָפּגעמאטערטן נוף. הוינט, ווען דער קלאס צו וועלכן ס'האָט אויך גע­הערט ישראל בראונשטיין, האָט זיך בא­פרייט פון דער קאפּיטאליסטישער קגעכט­שאפט און בויט זיך א זוניקע צוקונפט; היינט איז אונדזער חוב אָפּצוגעבן בראונ­שטיינען דעם געהעריקן פלאץ אין אונ­דזער נייער ליטעראטור. בראונשטיינס לידער קענען דינען אל?ס געווער קעגן דו שונאים פונעם ארבעטער-יקלאס, וועלכע האָבן תמיד געפּרוווט צו פארזייען האס צווישן די ארבעטער פון פארשידענע נא: ציאָנאליטעטן און פּרווון דאָס אויך היינט צו טון.

היינט, קעמפן אלע אָרנטלעכע מענטשן פון אונדזער לאנד אז אזעלעכע צייטן וי בראונשטיין האָט געהאט, זאָלן זיך מער קיינמאָל נישט אומקערן. אין אונדזער פרילינג קענען זינגען און זיך שפּילן מיט דער זון אלע ארבעטנדיקע מענטשן, די לאָדן זענען פאר אונדז נישט מער פאר­האקט. דער ארבעטער-יקלאס, אָנגעפירט פון זיין פֿארטיי, האָט די לאָדן אראָפּגע­ריסן און געלאָזט אריינשטורמען די זוּן אי דעם פארחושכטן לעבן, די מאשינען זענען אונרז נישט מער שונאים נאָר פריינט, וואָס העלפן אונדז אויפבויען דעם שיינעם מאָרגן--- די סאָציאליס­טישע ועלטדאָרדענונג.

א. שפיגלבלאט

-*

חס שו

יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי וי יי יי יי יי יי סוף שול-יאָר-פייערונג פון דער מלוכהשער יירישער עלעמענטאר-שול

דא ניט לאנג איז פארגעקומען אין טו­מישאָארא, אין קולטוריזאל פונעם יידו­שן דעמאָקראטישן קאָמיטעט, די סוף­יאָר פייערונג פון דער ארטיקער מלוכה­שער יידישער עלעמענטאר-שול.

נאָכדעם וי דער דירעקטאָר פון דער שול האָט אונטערגעצויגן א סך-הכל פון די פארווירקלעכונגען פון דער שו? און פון די שילער אין לויף פונעם יאָר, האָט גענומען ס'ווארט מצד דעם אָרטיקן ייד, דעם. קאָמ. חבר קאראָ? וויידמאן דער

פון טימישאָארא

רעדנער האָט, צווישן אנדערע, אָנגעוויזן אז די הויפּט-אויפגאבע ואס עס האָבן דער קלערער-יקערפּער און די שילער איז דער קאמף אין ראמען פונעם שלום­פראָנט. ִּ

,דעם קאמף פאר פארטיידיקן דעם שלום--- האָט דער רעדנער געזאָגט--­דארפץ מיור פארפלעכטן מיטן קאמף קעז גן נאציאָנאליסטישן ציוניזם, דער בלוט­שונא פון די יידישע ארבעט-מענטשן און פון דער יידישער יונגט".

רעדנדיק וועגן די ליכטיקע פּערספּעק" טיוון פון דער יונגט ביי אונדז אין?אנד, האָט ח' וויידמאן אונטערגעשטראָכן די פליכטן װאָס די שילער האָבן זיך אֶני צוייגענען און פארברייטערן זייערע קענז טענישן אויף פארשידענע געביטן פון דער וויסנשאפט.

נאָכדעם האָט געפאָלנט א רייכער קולטורעל-קינסטלערישער פּראָגראם פון פארשידענע סצענעטקעס און לידער.

גיצע סטאנקו. שרייבט אהיים...*)

וי אָפּגעקאָסעט פעלד אין אָסיען טרויעריק בין איך נאָך דער ארבעט באדיע שטעפאן.

וויי?"פּונקט וי אונדזער פּ?אָכע קו בין איך אויסגעמאָלקן פון מיין ב?וט, און בין שטענדיק אזוי מיר

באדיע שטעפאן.

וועסט אבאל?ד שוין זיכער. מיינען אז כ'האָב אויסגעטראכט א ליד באדיע שטעפאן-­

אויפן װאָרט, ס'איןז נאָר א בר'וו פון מיין ל?עבן דא אין שטאָט פון מיין לעבן אין פאבריק באריע שטעפאן...

נאָך א זאך ווע? איך דיר שרייבן

באדיע שטעפאן, גוטער,?יבער

ס'האָט דער. פרילינג מיך געטראָפן

א פארכמורעטן, א טריבן.

האָט ער מיך געגלעט, געצערטל?ט

מיט די הייסע זונען-שטראלן--­

וי א מאמע מיך געפּעסטעט:

גי זיך שפּי?לן מיט דער זון

בני-אדם איינער

קיינער וועט דיר נישט פארווערן

קיינער:

און איך!

ווייסט ס'גלייבט א נאר דאָך יעדן איינעם

ס'גלייבט א נאר דאָך אלעס

ווי? איך נלייבן אז דער בורא

פּראטעזשירט דעם דלות.

העריזשע װואָס ס'קאָן פּאסירן

אין נאָטס וועל?ט?:

נעכטן גי איך מיר אין גאס

די זון מיין בעסטער חבר

טרייבט מיט מיר?צנות

און מאָלט ניי מיר אין דמיון אויס די שטאָט מיט אירע מענטשן-­שטילע ליבע וי די זאנגען

דאָרט אין פעלד...

און קיינער קריגט זיך נישט

ווייל קוינער הונגערט נישט!

לעבן אלע זיך צוזאמען

אֶט אזוי בשלום

ווייסט דאָך וי ס'לעבן זיך די זאנגען דארט אין פעלד!...

נאָר הער מיט וװאָס ס'ענדיקט זיך

א שׁיינער חלום:1

וי כ'גיי און גלעט ביי מיר אין הארץ די שיינע אויסגעטראכטע וועלט באמערק איך אין דער ווייט

ס'העלט.

און טויזנט מענטשן מיטאטאָל שרייען מיט. איין-אייגציק מויל

,גייט אונדז ארבעט אָדער ברויט,

-= ארבעט אָדער בוויט!

קליינע קינדער נייען אויס

און איר פארברענט דאָס קאָרן-ברויט, און נערט מיט קינדערס בלוט

דעם טויט

מיור ווילן ארבעטן פאר ברויט!

אָבער דאָ, באדיע שטעפאן

האָט א זאלפּ פון טויזנט ביקסן

איינגעשליננען זייער געשריי

און אויסגעמישט דאָס בלוט פון מענטשן

מיט דער ב?אָטע פון דער גאס

און מיט זייער הונגעריקן וויי,

און פרעג פארוװואָס

אָ, באדיע שטעפאן?

גיצע סטאנקו פון מיין דאָרף קומט אין תפיסה אריין מיך זען

אויף די פּלייצעס: א /טרייסטעי מיט א בויך-­

פּאָפּשױיימע? מיר געבראכט

מיט א רויטן האָן.

פוז זיין בוזים שטעקט ארויס א חפֿלאָיער"

און זיינע בלויע, מילדע אויגן

כליפּעט אויך מיין טרויער

ניצע אִיז מיך געקומען זען

און מיך פֿרעגן:

*) פּונעם בוך ,,מאָלדאָװע מיין היים""

ואָס טו איך אין תפיסה?!...

קוין גנב ביזטו זיכער נישט! הרגענען אפילו נישט א פליג|

איז דערפאר ואָס דו האָסט ליב יושר פארן פֿױיער

און פאר די װאָס האָרעװען

אין דער פאבריק

קומט דיר אויפן האלדז א שטריק?..

כ'האב געעפנט ברייט די טויערן**)

כ'האָב מיט האָרעפּאשנער האנט אויסגעקראצט ס'קראנקע

פון מיין בירגערלעכן דמיון פאר א נייער וועלט.

ראמען ראָלאן--- די צארטע שטים, רעדט אצינד אין מיין נעמיט.

און ער זאָגט מיר: ,דיכטער קום! ווייל הייליקער פון שענסטן ליד איז די ווונד

פון דעם וואָס ווערט געפּייניקט

מון דער וועלט"....

וואָסזשע שרייבסטו לידער בלויז?

צו הערסטו נישט ס'קו? ארויס

פון מענטשן דאָרט אין יענעם לאנד ווו מענטשנס בלוט אויף תפיסה'פ וואנט

**) פונעם בוך מיטן דאָזיקן טיטל

כאָטש פארנליווערט איז--­

דערציילט--­

פון מענטש װאָס לאָזט דעם אָטעם אויס אינעם גליווער פון דער תפיסה'ס שויס; פון א יידן וואָס איז געגאנגען

לויט א באפע?ל זיך אויפגעהאָנגען--­אלץ אין יענעם לאנד!...

הייבט אָן ברענען מיין געמיט כ'בין א מענטש! כ'בין א ייד! וואָפזשע זיץ אוך בלויז און שרייב? געשענדט איז מיין ברודערס לייב, רופט מיך ברידער אויך אהין

ווו עס קעמפט דער גרויסער זון--­.דאָס געוויסן פון דער וועלט וי

בוסארעשט, 1939,

הערט יערן שבת א זייגער()/2

די יידישע ראדיא-אוידיציע אויף די פּאסטנס ראדיא ראמעניא אויף וועלן-לענג 5 ס. און ראדיאָ בוקארעשטי ו! אויף 285 פ.