יי ימיב רע
זייט 2
ווען איך בין אריינגעקומען אין קלאס, האָבן צענטליקער אייגעלעך, גלאנצנדיק וי פּערעלעך, זיך געווענדט צו מיר. א טיי? האָבן אי ראָפּגעלאָזט די קעפּעלעך, פארשטעמט אביסל, אנדערע האָבן מיר באלד צוגעשמייכלט וי אן אלטן באקאנטן, זיי זענען געווען פארטאן אין א וויכטיקער ארבעט: מ'האָט אויסגעקליבן א פאראנטװואָרטלעכן וועלכער זאָל צעטיילן דאָס עסן. אויף קליינינקע בענקעלעך, ביי קליינע נידעריקע טישעלעך האָט מען זיי אויסגעזעצט און מ'האָט מיט אפּעטיט געגעסן די ווייסע כולקעלעך מיט פּוטער אז ס'איז געווען א מחיה אויף זיי צו קוקן.
גליקלעך פארברענגען אונרזערע קינדערלעך די צייט אין די קינדער-גערטנער אונטער דער מאמישער השגחה פון די דערציערנס. אָן שום זאָרג גייען זייערע עלטערן אויף די ארכבעטספּלעצער. די פּארטיי האָט אויסגעקעמפט פאר זייערע קינדערלעך א גליקלעך לעבן. זיי ווערן דערצויגן צו זיין נוצלעכע געזונטע כירגער און אין דעם גייסט פון פריינטשאפט און פארברידערונג מיט אלע ארבעטנדיקע מענטשן.
אריבער 80 קינדערלעך געניסן אזא דערצו-י ונג אויף מאטע-לשון אינעם מלוכהשן יידישן קינדער-גאָרטן פון בוקארעשט, אין דער גאס רעמוס נר, 18; אין א גרויִסן ליכטיסן זאל, באצירט מיט די בילדער פון אונדזערע געליבטע פירער, ג. ג. דעזש, אנא פֿאוקער, פארברענגען די קינדער; זיי באקענען זיך מיט דער שיינער וועלט און מיט אירע אימטעצבארע אוצרות. באזונדערס זים קלינגט אינעם מויל פון די קליינע באשעפענישן דאָס געליבטע װאָרט סטטאלין. דאָס בילד פון חבר סטאלין, דעם גרויסן קינרער-יפריינט, פארנעמט ד-עם שענסטן פּלאץ אין זייער קלאס. די פלוישער און די חברטע ווייטמאן, זייערע דערציערנס, דערציילן זיי ווענן סטאלינען, יועגן דעם גרויסן קאמף וואָס די מענטשחייט פירט הוינט פאר שלום, דערציילן זיי וועגן דעם גליקלעכן לעבן וואָס די קינדערלעך האָבן אין דעם גרויסן סאָוועטן-פארבאנד און לערנען זיי ליב האָבן דאָס היימלאנד, די רומענישע פאָלקסרעפּובליק, ווו ס'איז פאר זיי צוגעגרייט א גליקלעכע און ליכטיקע צוקונפט.
דאָס קליינע קאראָלע העניך, א קינד פון א יאָר פינף, האָט שוין אויסגעלערנט א לירעלע פארן זיבעטן נאָוועמבער, דער יאָריטאָג פין דער גרויסער אָקטאָבער-רעוואָלוציע. ער ווייסט שוין צו דערציילן וועגן די גרוילטאטן װאָס די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן מון מיט די קינרערלעך פון קאָרייע. צווישן די נירריקע בענקעלעך, טיפּעט אויך מיט די קליינע פַיסעלעך דאָם הארציקע זשאנעלע לייוואנט. נאָך נישט אלט קיין דריי יאָר, נאָר ס'גלאנצן אים
חברטע..
,אוקוף-בלעטער"
צווישן די קינדערלעך פונעם מלוכהשן יידישן קינדער-גארטן
-- רעפאָרטאזש--.
די אייגעלעך ווען ער זאָגט ארויס ,,סטאלין" אָדער ,,שלום". ס'איז כדאי צו באמערקן אז די דערציערנס--- ביידע זענען אבסאָלווענטן פון דער פּעדאגאָגישער שו?--- זענען איבערגעגעבן מיט ליב און לעבן צו זייער ארבעט, דערפאר איז אויך פאראן אן אויסגעצייכנטע נאציונג צווישן זיי און די קינדערלעך.
און זייער ארבעט באקומען זיי פולשטענדיקע הילף פונעם פאָלקס-ראט פון ראיאָן ,טודאר וולאדימירעסקו"; זיי באקומען די נויטיקע אויסשטאטונג, דאָקומענטיר-מאטעריאל און שפּילערייען; אויך דער יידישער רעמאָקראטישער קאָמיטעט וי אויך דער ,איקוף" טראָגן ביי צו דער דערפאָלגרייכער ארמעט פון דעם קינדער-גאָרטן. : ווען מיר טראכטן א רגע, וויזוי די קינדערלעך פון די קאפּיטאליסטישע לענדע- קומען אָפּ פאר דער שולד צו זיין געבוירן ביי אױי בעטימענטשן---- דערפולט זיך אונדזער הארץ מיט פרייד און מיט שטאלץ פאר די גרויסע דערגרייכונגען פון אונדזער פֿאָלקס-רעמאָקראטישן רעזשים. וויפ? טויזנטער קינדערלעך איז
געם אמעריקאנוזירטן ישראל וואָלגערן זיך אין צעלטן, גייען ארום הונגעריק און באָרוועס; וויפל ליידן און קומען אום פון קראנקהייטן, צוליב דער פארברעכערישער פּאָליטיק פון די ציוניסטישע משרתים פון װאָליסטריט. ווער רעדט נאָך פון שולן, פון דערציונג און נאָך אזלעכע זאכן; ,,ראטעוועט אונדז פון דאנעט", שרייבן אומצייליקע קינדער פון ישראל. דע" ריבער דארף יערער אָרנטלעכער ייד זיין אן אק" טיווער קעמפער קעגן דער ציוניסטישער פּראָפּאגאנדע וועלכע ווי? פארפירן אונדזערע קינדער אין זייער ,גן-עדן" לויט דעם אמעריקאנישן מאָדעל, אויב זיי ווילן אז זייערע קינדער זאֶלן נישט אויסוואקסן קריפּלען און אנאלפאבעטן. דאָ ביי אונדז אין דער רומענישער פאָלקס-רעפּובליק, אונטער דער השגחה פוּן דער פארטיי, איז פאר אלע קינדערלעך, אָ| אויסנאס פון נאציאָנאליטעט, צוגעגרייט א ליכטו
קער מאָרגן אין א וועלט פון שלום און סאָה'
ציאליזם. ש. אלעקסאנדער
נר. 182
דאָס ליכטיקע לעבן פון די קינרער
אין רי פאָלקס-רעמאָקראטישע לענרער
אונגארן און בודאפּעסט וועלן דאָס יאָר פֿונקציאָנירן 4 נייע קרעשעס, די מערסטע פון זיי אין די ארבעט-קווארטאלן. אויף אזא אופן וועט וואססן די צאָל קינדער אין קרעשעס אויף 1089. אין אלע קרעשעס וועלן די קינדער באדינט ווערן פון א קוואליפיצירטן פּערפאנאל. פוילן דאָ נישט לאנג זענען אין דער פּוילישער רעפֿובליק געעפנט געװאָרן 9 נייע שפּיטאָלן און 17 סאנאטאָריעס פאר קינדער מיט 1000 בעטן. אינגיכן וועלן באנייט ווערן אנדערע 6 סאנאטאָריעס וועלכע וועלן פונקציאנירן א גאנץ יאָר.
טשעכאָסלאָוואקיע
די רעגירונג פון דער טשעכאָס?אָוואקישער רעפּובליק זאָרגט מיט ליבשאפט פאר די קינדער פוגעם ל?אנד. די שטאָט פּראג אליין, האָט געשיקט דאָס יאר אויף אֶפּרוּ 82.000 קינרער אין עלטער פון 4---18 יאָר; אחוץ אָפּרוֹ-הייזער, זענען געשאפן געוואָרן אױיספּלוג-קאָלאָניעס. אין פּראג ווערן געעפנט אלץ נייע קרעשעס, גערטנדלעך און קינדעריגערטגער. דאָס יאָר זענען געשאפן געוװואָרן נאָך 11 קרעשעם מיט 800 בעטן און ביזן סוף יאר וועלן פּלאסירט ווערן נאָך צירקא 4000 קינדער.
א דאנק דער זאָרג פון דער רעגיוונג פאר די מאמעס און קינדער, איז די שטערבלעכקייט פון ניי-געבוירענע קינדער פארקלענערט געוואָרן מיט צוויי מאָ? לויטן יאר 1945,
כינע
פאר די כיגעזישע קינדער, עפגט זיך א ליכטיקע צוקונפט. די צאָל פון די עלעמענטאר און
מיטל-שולן וואססט אין א שנעלן מעמפּאָ. אין
דער פּֿרְאֲווינץ קוואנטונג אליין, איז געוואקסן די צאָ? שולן, זייט דער באפרייונג, מיט 18 מאָל און די צאָ? שילער איז געוואקסן מיט 970.000.
לויטן ביישפּיל פונעם פאָוועטן-פארבאנר, זענען געשאפן געװאָרן פּיאָגערן-רעטאשאמענטן מיט. איבער 2.000,000 מיטגלידער.
פאך די קינדער ווערן ארויסגעגעבן ספּע
ציעלע צייטשריפטן; די צייטשריפט ,רער בי
געזישער פּיאָנער" איז שטארק פּאֲפּולֶער צווישן די קינדער. די כינעזישע פֿיאָנערן באטייליקן זיך אקטיוו אין דער קאמפּאניע פארן ליקווידירן דעם אנאלפאבעטיזם,
7-7ר)טס-טסטס-- יי יי ר ר יי ר ר ר יי יי יי יי יי וי
אונדזער היימלאנד איז די רומענישע פאָלקסדרעפּובליק
פון?. פייערשטיין
(המשוך)
דאָס ציוניסטישע ,היימלאנד" ווייזט זיך גיך ארויס נישט צו זײיין אין דער זעלבער מאָס גוט סי! פאר די קאפֿיטאליסטן סיי פאר די ארבעטער. וועגן דעם רעדן קל?אָר אסך פון די בריוו וועלכע עס שיקן, צו זייערע קרובים און פריינט, די אימיגראנטן וועלכע האבן גערעכנט אז דורך אָנשטענדיקער ארבעט וועלן
זי קענען זיכערן זייער עקזיסטענץ אין ישׂראל.!
זייער עצה איז א קאטעגארישע: ,צעברעכט נישט איער באלעבאטישקייט, פארלאָזט נישט איער חהיימלאנד! אין ישׂרא? דערווארטעט אייך מיזעריע און אונטערדריקונג, קאפּיטאליסטישע עקספּלאָאטאציע און חוזק מצד די ציוניסטישע אויטאָריטעטן".
די מערסטע פון דרי דאָזיקע בריוו. דריקן אויס די בענקשאפט צום היימלאנד מצד זיי
ערע אויטארן און זייער האָפּנוֹנג אז זיי וועלן
זיך קענען אוֹמקערן אין דער רומענישער פאָלקסרעפובליק.|| מיר ברענגען דא אייניקע פֿראנמענטן פון אָנגעקומענע בריות ,עס קומט מיר אָן צו ויינען פֿאר פארדראָס און פאר ווייטיק... ווען איך זאָל קענען, וװאָלט איוך געפּלױיגן צוריק קיין רומעניע" שרייבט א קרוב צו הערשקו מארקו פון באָטאשאן; אוך בענק שטארק נאָך אייך און איך וװואָלט מיך געװאָלט אומקערן. איך בֿענק נאָכן לאנד... כ'װואָלט געטון סיי ואס אבי צוריק צו קומען קיין רומעניע" ווערט געזאָנט אין א בריוו וועלכן ם'האָט באקומען לוקא איננאט פון בוקארעשט; ,איך באגעגן זיך מיט אסך בוקא? רעשטע-. אלע זענען דערשלאָגן און זיי ווארטן קוים דעם מאָמענט זיי זאָלן זיך אומקערן" שרייבט מען צו סאָפּיקא פעגאל פון בוקארעשט;
,אוך וויין נישט נאָר מיט טרערן, נאָר מיט אלץ װאָס לעבט נאָך אין מיר. מיינע געראנז קען זענען כסדר צו אייך אלע... אזוי פילט רדאָס רוב פון די װואָס קומען פון די פֿאָלקסרעמאקראטישע לענדער" שרייבט איינע צו אי רע געוועזענע קאָלעגן פונעם מלוכה-מאנאזין {אלימענטארא" פון לוגאָזש.
די יידישע ארבעט.מענטשן פון אונדועלאנד דארפן נישט זיין גאנץ גלײכגיפֿטיק די ליידן פון די יעניקע וועלכע זענען ארייניעפאלן אין דער ציוניסטישער ווענדקע. זיי האָבן אָפּצולערנען פון די דאָזיקע ליידן אז נישט נאָר זי דארפן זיך נישט צוהערן צו דער ציוניסטישער פּראָפּאגאנדע, כדי נישט צו פאראוטגליקן זיך און זייערע פאמיליעס,. נאָר זיי דארפן אין דערזעלבער צייט אויסדריקן זייער רעוואלט קעגן דעם גרויזאמען רעזשים אונטער וועלכן די ציוניסטישע רעגירער אונטערווארפן די מאסן אימיגראנטן.
אין דעם זין וועלן מיר ציטירן א שטעלע פונעם אמּע? מיט וועלכן א צאָל יידישע ארבעט-מענטשן--- אקאדעמיקער, אָנפירער פון אונטערנעמונגען,= אוניװערזיטעטיפּראָפעסאָרן, קינסטלער א. א.--- האָבן זיך געווענדעט צו דער יידישער ארבעטנדיקער. באפעלקערונג כדי זי צו װאָרענען וועגן דער סכנה װאָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר די ציוניסטישע פּֿראַפּאגאנדע: ,,בן-גוריון און זיינע היגע אגענטן זענען דירעקט פאראנטוואָרטלעך און שׁולדיק פאר ד! ליידן וועלכע עס שטייען אוים אונדזערע ברידער וועלכע האָבן זיך געלאָזט פארגארן פון זייערע ליגגערישע הבטחות.
מיר וועלן נישט בלייבן גלייכגילטיק ועגן גורל פון די צענדליקער טויזנטער מענער און פרויען, זקנים און קינדער וועלכע ליידן פון ארבעטלאזיקייט, פון הונגער, פון קראנקהייטן און פון פּערכפּעקטיוולאָזיקייט, אין וועלכע עס האָבן זיי אריינגעוואָרפן די ציוניסטישע פארברעכער.
ס'איז דאָך די רעדע פון אונדזערע ברידער, קְרְוביִם, פרייגר, שכנים, מענטשן וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אויף דער ערד פֿון אונדזער היימלאנר, אויף וועלכער מיר זענען אויך געבוירן און ואס האָבן געארבעט און געליטן איניינעם מיט אונדז, וועלכע עס האָט פארבינדן שטארקע געפילן פון פריינטשאפט און ליבע און וועלכע מיר האָבן געװאָלט זען גליקלעכע לעבן אונדז.
א:
דאס זענען די שטריכן פונעם ציוניסטישן {,חהיימלאנד", אזוי קומט עס פאָר מיט דעם דאָזיקן ,ארגומענט" פון דער פארברעכעריטער ציוניסטישער פּראָפּאגאנרע, וועלכע שטיצט זיך אויף פארס און מיסטיציזם, אויף. רכילות קעגן די כוחות פון דעמאָקראטיע און שלוּם, אויף קנעכטישער הכנעה פאר דו אימפעריאליסטישע שונאים פֿון דער מענטשחהייט.
צו פאָרן אין ציוניסטישן ,היימלאנד" פון ישראל הייסט, פאר א יידישן ארבעטימענטש פון אונדזער לאנד, צו פארציכטן אויף פרייחייט און. אקצעפּטירן צו זיין א קנעכט צו די קאפיטאליסטן, הייסט צו פארלאָזן דאָס לעבן פון װוירדיקער און באלוינטער ארבעט פון דער ר. פ. ר., צוליב א מיזעראב
לער עקזיסטענץ וועלכע מאָנט אומענדלעכע ראנגלענישן.
דער יידישער ארבעט-מענטש קען אויך ציען באדייטונגספולע קאָנקלוזיעס פון די דערקלערונגען װאָס עס האָבן געמאכט די ציוניסטישע אָנפירער פון ישראל,. לוט וועלכע דער /גלות" ציט זיך נישט איבערא? מחוץ די גרעניצן פון ישראל, נאָר אין מזרחדאייראָפּע, דהיינו דווקא דאָרט ווו מען האָט גענצלעך אָפּגעשאפט די אָפיציעלע אנטיסעמיטישע פּאָליטיק, וו די יידן זענען פרייע מענטשן" בירגער מיט גלייכע רעכט און פארפליכטונגען מיט אלע אנדערע בירגער.= די קאפּי. טאליסטישע לענדער און די פארייניקטע שטאטן בפרט זענען שוין נישט מער קיין ,גלות" לויט די האָזיקע לעצטע אויספירן פון דער ציוניסטישער ,,אידעאָלאָגיע",
נאך מער, אין זייער שנאה צום סאָציאליםטישן מזרח, און כדי צו דעמאָנסטרירן זייעב געטריישאפט צו די אימפּעריאליסטן, האָבן די ציוניסטישע אָנפירערם אויסגעדריקט זייעווונטש... איבערצוציען ישרא? קיין מערב. בןגוריוֹן האָט, אין יאָר 1949, דערקלערט אז: ,ישראל וועט קיינמאָ? נישט ווערן קיין פּאָלקטדעמאקראטיע"; אין 1980 האָט ער דערקלערט אז ,ישראל? װועט קיינמאָל נישט זיין קאָמוניםטיש", און אין 1981 האָט ער צוגעגעבן; -מיר געפינען זיך שוין אין מערב" און ,יש רא? װועט תמיד שטיין לעכבן די טערב דעמאָקראטיעס"(דחיינו לעבן די שונאים פֿון פעלקעריפרייהייט, לעבן יענע וועלכע גרייטן צו! א נויע חרובמאכנדיקע מלחמה),
(המשך. קומס)
7
2
גע
ר או
מל ש נוי גע פון הו אי הל אי בל ;איוו
טר אַר
אנז די
אוי
גען מע
אי טעו קיג
- איז
לאו פונ
בולק
סער
ונל נאָכ עס
דאָז טרו מיט סטא