Jahrgang 
153 (1951) נר. 153 6-טער יאָרגנג
Seite
2
Einzelbild herunterladen

יי

{ חײַט. דער ארבעטעריקלאס האָט, בראש מיט זיין אוואנגארדיפּארטיי, דעראָבערט די מאכט און. אונדזערה און אינסטאורירט. דעם פאָלקט-דעמאָקראטישן רעזשים, האָבן זיך אויך פאר. די קליינע בעלי-מלאכות געעפנט פּער­ספּעקטיוון פון א פריי און גליקלעך לעבן. אונטער דער הערשאפט פונעם קאפּיטאליזם, איז דער בעלימלאכה תמיד געווען אויסנע" שטעלט אויסצוגיין פאר' הונגער, האָט געליטן אונטער. דער לאסט פון די שווערע אומדער­טרעגלעכע שטייערן, און תמיד און אומעטום באדארפט אויסשטיין די שרעקלעכע קאָנקו­דענץ פונעם נרויס-קאפּיטאל.

היינט, איז די ל?אנע פון די בעליימל?אכות און בעלימלאכהשע קאָאָפּעראציע נאנץ אן אנדערע אין אונדזער פאָלקסידעמאָקראטישן רעזשים, ווו דער ארבעטער-קלאס אין אליאנס מיטן ארבעטנדיקן פּויערטום, אונטער דער אֶנֵ­פירונג פון דער רומענישער ארבעטער-פּארטיי, שאפט דאָס גראנדיעזע ווערק, דאָס בויען דעם סאציאליזם.

די קליינע בעלי-מלאכות האָבן אָנגעהויבן אָפּצוטרייסלען פון זיך די אומגליקלעכע מענ­טאליטעט פון וועלן זיין א ,באלעבאָם" ביי זיך, א ,פּאטראָן", צו האָבן ,,אן אייגענעם וואר­שטאט" א. א. וו., און האָבן זיך אָנגעהויבן צו אָרגאניזירן אין קאָאָפּעראטיוון, בייטראָגנדיק אזוי ארום, צום אויפבוי פוּנעם סאָציאליזם אי אונדזער ר. פ. ר., צום קאמף פון פאךר­טיידיקן דעם שלום, פאר א זיכערער צוקונפט.

איינע פון די דאָזיקע קליינע בעלי-מלאכהשע פּראָדוציר-קאאָפּעראטיוון, איז אויך דער בוקא­רעשטער ,פּראָדוציר-קאָאָפּעראטיוו פון די קליינע מעטאלורגיעיבעלי-מלאכות" פון קאלעא וואקערעשט. עס ארבֿעטן שוין דאָרט הייגט צו טאָג, אן ערך 950 קליינע בעלי-מלאכות אוז עס ווערן אלץ מערערע צוגעצויגן. אצינד גויט די ארבעט צווישן די קאָאָפּעראטאָרן-אר­בעטער נאָך ווארעמער און באזעלטער. זיי שאפן אצינד מערער, לכבוד דעם 34-טן אני­ווערסאר פון דער גרויסער פאָציליאסטישער אֶק­טאָבער-רעוואָלוציע.

דער דאָזיקער הערלעכער יוםיטוב, דער ז-טער נאָוועמבער, רופט ארויס יעדעס יאָר אלץ מער באגייסטערונג ביי אלע ארבעטנדיקע פון אונ­דזער לאנד און פארשארפט נאָך מער זייער קאמףיווילן צו פארטיידיקן דעם שלום, אקעגן מלחמה-צינדערישן אימפּעריאליזם און אלע זיי­נע משרתום; פארפעסטיקט זיי נאָך מער אויף זייערע ארבעטפּלעצער אויסצופולן און איבער­צושטייגן אונדזער ערשטן פינף-יאָריפּלאן און דעם עלעקטריפיצירונגס-יפלאן, די יסודות פון אויפכויען דעם סאָציאליזם אין אונדזער ר, פ. ר.

מיר זענען אריינגענאנגען צוזאמען מיטן חבר פישטערמאן--- ואָס ארבעט אויס אצינד א געוויסע צאָ? קינדער-וואָגן פאר., טשענטראָ­

: אוקוף-בלעטער":: אינעם פּראָדוציר-קאָאָפּעראטיוו יפון די קליינע מעטאלורגיע" בעלי-מלאכות פון בוקארעשט

-- רעפּאָרטאזש-­

פארם"-- אין דער סעקציע ווו מען ארבעט אויס מעדיצינישע מעבל, און זיך אָפּגעשטעלט ביי א גרופּע שלאָסערס וואָס ווערט אָנגעפירט פון בענדיט מארקוס, א}ן אויסגעצייכנטער שלאָגלער. אצינד האָט ער, צוזאמען מיט זיין גרופּע, לכבוד דעם 7יטן נאָוועמבער, רעדוצירט דעם קאָסטןפֿרייז ביים פּראָדוצירן איריגאטאָר|­געשטעלן, מיט 7 פּראצענט. איידער ער איז געוואָרן א מיטגליד אין דעם דאָזיקן פּראָדוציך­קאָאָפּעראטיוו, האָט ער געחאט אן אייגענע וואר­שטאט, דעמלט האָט אים דער קאָפּ אויסנע­טרוקנט פאר דאגות און מיט שווערע צרות פארדינט אויף צו לעבן,

חיינט, אריינגייענדיק אינעם פּראָדוציר-קאָאָ­פּעראטיוו, ארבעטנדיק אויף א קאָאָפּעראטיוון אופן צוזאמען מיט די אנדערע קליינע בעלו­מלאכות-דקאָפּעראטאָרן פארדינט ער א חורש- ­27 טויזנט ליי.

אין דער גרופּע פון בענדיט, ארבעטן אויך די צוויי יוגנטלעכע ארבעטער דודעאנו פּעטרע, וועלכער האָט זייט ניט לאנג פארענדיקט די קוואליפיצירונגס-שו? פון דעם ,פּראָדוציר-קאָ­אָפּעראטיוו פן די קליינע מעטאלורגיע-בעלי­מלאכות און. אלעקסאנדרו שאָר, וועלכער בא­זוכט אצינד אן אָוונט-קורס פון טעכנישן מע­טאלורגישן לימוד און איז. קאנדידאט אריינ­צוקומען אין די רייען פון או. ט. מ. זיי פֿאי­דינען איבֿער 10 טויזנט ליי א חודש.

אין דער בלעכער-סעקציע ווערן פּראָדוצירט וואשיגעשטעלן. פאר די ארבעטער-קאנטינעס, די קאָאָפּעראטאָר-ארבעטער פון דער דאָזיקער סעקציע, שטייגן איבער זייער נאָרמע א ראנק דעם אָנווענדן די סאָוועטישע ארבעט-מעטאָדן -=- וי עס געשעט אין אלע סעקציעס--- מיט 0 פּראָצענט: זיי דארפן פּראָדוצירן א וואש­געשטעל אין 50 שעה און זי ענדיקן עס אין 4 שעה. צווישן די ראָזיקע שלאָגלער, געפיגט זיך אויך אין ערשטער ריי, די גרופּע קאָאָפּע­ראטאָר-יארבעטער(6 מענטשן), וועלכע ווערט אָנגעפירט פון מאיר גרין, ארבעטער-שלאָלער וועלכער איז כאערט געװאָרן מיט דער רויטער פאן בעת זיין איבערשטייגן די ארבעט-נאָר­מעס לכבוד דעם 7יטן נאָוועמכער, אין יאָר 0); א דאנק זיין איבערגעגעבענער ארבעט, איז ער געוויילט געװאָרן פאר דעפּוטאט אין דעם פֿאָלקס-ראט פונעם ראיאן ,טודאָר וולא­דימירעסקו". זייענדיק אן איבערגעגעבענער

חבר פאר דער קאָפּעראציע-באוועגונג, איז ער אויך געװאָרן צענזאָר אינעם ראט פונעם דאָזיקן פּראָדוציר-קאָאָפּעראטיוו.

לכבוד דעם 7יטן נאָוועמבער, יאיז ער אין אינדיווידועלן פארמעסט--- וי אסך אנדערע פון דער סעקציע--- מיט הערמאן שטיין, ביים פּראָדוצירן באקדאויוונס פאך אונדזער. פאָלקס­ארמיי. ער האָט שוין ביז היינט געווינען דעם פארמעסט; קוואליטאטיוו מיט 10 פּראָצענט און קוואנטיטאטיוו מיט 18 פּראָצענט. חבר מאיר גרין, איז א קאנדידאט צו ווערן פּארטיי­מיטגליד. ער איז א שארפער קעגנער פון פאָרן אין קאפּיטאליסטישן ישראל. חבר מאיר גרין פארדינט חודשלעך 18---18 טויזנט ליי,

אין דער קעס?-שמידעריי ארבעט דער קעסל­שמידער ראָזנצווייג מיט א גרופּע פון 8 אר­בעטער. איידער ער איז אריינגעטרעטן אין דעם דאָזיקן פּראָדוציר-קאאָפּעראטיוו, האָט ער גע­האט א קליינעם ווארשטאט און זיך געדארפט ביקן פאר א ביסעלע ארבעט, פאר די פּריצים; היינט צו טאָג, ווערנדיק א קאָאָפּעראטאָר-אר­בעטער, פארדינט ער דאָ 80---28 טויזנט ליי יעדן חודש. אין דער סעקציע, פאריכט מען א­צינר קעסלען פאר דער ארמיי און אנדערע וויכ­טיקע קעסלען פאר דער פּראָדוקציע. דער פריינט ראָזנצווייג. דערציילט אונדז: ,דעם. פאָריקן זונטיק איך אויפגעזוכט מיין אלטן פריינט פרידא סין יאנקו, וועלכער איז נישט פון לאנג צוריקגעקומען פון ישרא?. ער וווינט אצונד אין וול?אר-זשודעצו?-נאס נר. 16 אין א שיינער וווינונג און ארבעט אין דער קאָנ­פעקציע-פאבריק ,,אָקטאָמבריע ראָשוֹ? און פאר­דינט שיין. מיין חבר סין יאנקו איז גליקלעך װאָס ער איז צוריקגעקומען צו א זיכער, פריי לעבן אין זיין אמתדיקן היימלאנד, די רומע­נישע פאָלקס-ירעפּובליק",

דער יונגער קוואליפיצירטער ארבעטער באנ­טשעא פּעטרע, פון ראָזנצווייגס קעסע?ל-סעקציע, האָט פארדינט אין חודש סעפּטעמבער 20 טוי­זנט ליי. די דאָזיקע סעקציע שטייגט איבער כסדר דעם פּראָדוקציע-פּלאן מיט 50 פּראָצענט,

אומעטום, אין אלע סעקציעס פונעם ,פּראָ­דוציר-קאאָפּעראטיוו פון די קליינע מעטאלור­גיע-בעלי-מלאכות", זעט מען צופרירענע פּני­מער פון די קליינע בעלי-מלאכות וועלכע האָבן זיך איינגערייט אין דער קאָאָפּעראציע-באווע­גונג, אָפּגעלאָזט זיך פון זייערע ווארשטאטן, ווו זייערע ארבעט-כוחת זענען צעשפּליטערט געווען. צווישן זיי געפינען זיך הונדערטער יידישע בעלי-מלאכות, וועלכע ארבעטן מיט ליבשאפט אויף זייערע ארבעטיפּלעצער און בויען, צוזאמען מיט אלע ארבעטנדיקע פון אונדזער רומענישער פאָלקסדרעפּובליק, די זי­כערע צוקונפט פאר זיך און זייערע קינדער,

בערל שנאבל

---טשֿטׂ:-ׂכ-:-:--­

נר. 158

אקטיוויטעט פונעם יירישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט און ,איקוף"'

שטאָט-סטאלין

דאָ נישט לאנג האָט דער יידישער דעמאָ­קראטישער קאָמיטעט פון דער שטאָט סטאלין,. ארגאניזירט אן עפנטלעכע פארזאמלונג ביי וועלכער דער חבר ווינדווער אקאציז, ארבע­טער ביי די אוזינעס ,בעלא בריינער",. האָט געהאלטן א פֿארטראג א. ד. ם. ,די יירישע בורזשואזיע אין כאָר פון די קריגס-העצער".

נאך דעם האָט אן אנסאמב? פון דער פּאָלקס­ארמיי אויפגעפירט א רייכן קינסטלערושן פּראָ גראם,

די 280 מענטשן וװואָס זענען אָנוועזנד גע­ווען ביי דער פארזאמלונג, האָבן ארויסגעוויזן דורך לאנגע אָווֹאציעס, זייער ליבשאפט צו אונ" דזער פאָלקס-ארמיי.

וואטרא- דאָרנעל

ביים יידישן דעמאָקראטישן- קאמיטעט פון וואטרא-דאָרנעי איז פאָרגעקומען א פּלענארע זיצונג ביי וועלכער ס'האָבן אָנטױילגענומען אלע: יידישע אנגעשטעלטע פון די אונטערנעמונגען: פון וואטרא-דאָרנעי.

{ די פּלענארע האָט געהאט דעם צוועק, צו­צוגרייטן די ייחישע ארבעט-מענטשן אויסצו­פולן דעם פערטן. טרימעסטער פונעם זאָר-פּלאן. מיט דער נעלעגנהייט, האָט דער חבר וו. צו­מעט פונעם בוקארעשטער ,איקוף", געהאלטן א פאָרטראג א. ד. ט. ,דער צושטייער פון די יידישע ארבעט-מענטשן אין קאמף פאוי שלום/,.

קאָערספּ. יאקאָב בערנארר

ראָמאן

פאר עטלעכע טעג איז אין ראָמאן פאָרגע­קומען די דערעפענונג פון א נייער ,,איקוף"­חיים,

בי דער געלעגנהייט האָט חבר מארקא­וויטש מטיר, סעקרעטאר פונעם ראָמאנער ,או­קוף" גערעדט וועגן דער קולטוראליזירונג פֿון די יידישע מאסן. דער רעדנער האָט אָנגעוויזן די דערגרייכונגען אויף דעם דאָזיקן געביט א דאנק דער שטיצע פון דער פּארטיי און דער רעגירונג. ווייטער האָט דער רעדנער אָנגעוויזן אויף דער קולטורעלער אנטוויקלונג ביי אונד?: אין לאנד און אויף דער שוידערלעכער לאגע אין וועלכער ס'געפינען זיך די װאָס האָבן זיך' געלאָזט פארפירן אין קאפּיטאליסטישן ישראל.

ס'האָט געפאָלגט אן ארטיסטישער פּראָגראם. מיטן אָנטײי? פון די חברים: ווייס שעלי, דא­ניעל יאנקו, פאו? מארקום און די פּיאָנער} מארקאוויטש און אי. קויפמאן.

סאָרעספ. הערשקאַװויטש 3 אסקאל

אונדזער היימלאנד איז די רומענישע פאָלקסירעפּובליק

פון?, פייערשטיץ

(המשוך)

קעגן אזעלכע מין נידערטרעכטיקייטן רארף דער יידישער ארבעט-ימענטש פון אונדזער לאנר רעאקציאָנירן, ווענדנדיק זיינע געדאנקען מיט ליבע צו אלץ װאָס ווערט רעאליזירט אין דער רומענישער פאָלקסירעפּוב?יק, צו. איר= פאלק װאָס= ארבעט' און קעמפט פאר שלום, צו דער פּארטיי פונעם אר­בעטער-קלאס װאָס שטייט, מיט אנטשלאָסנקייט און געניטשאפט, אין שפּיץ פון די בױיער פונעם סאַציאליזם. דאָ איז זיין אמתדיק היימלאנד, אויף די בוױיפּלעצער פונעם פינףהיאָר-פּלאן, און די שטעט, שטעטלעך און דערפער וװאָס זענען דורכגעדרינגען פון א ניעם דעך, אין די שולן אין וועלכע די יוגנט לערנט ליב צו האָבן דאָס לעבן און די מענטשן.

דער דאָזיקער געדאנק דערמוטיקט כסרי די באוווסטזיניקע יידישע ארבעט-ימענטשן, אינ­ספּירירט זייער שעפערישע ארבעט וװאָס שטייט אין דינסט פונעם סאציאליסטישן אויפבוי, און דינסט פונעם היימלאנד. זייערע רעאליזירונגען ווערן אָפּגעשאצט פון אונדזער מלוכה, ווערן אפּגעשאצט פונעם גאנצן ארבעטנדיקן פאָלֿק. לאָמיר דא דערמאנען אז דער מאָלער יוסף איסער,. די אקטריסע בעאטע פרעדאנאוו, דער פצענעדדירעקטאָר מאָני געלערטער, זענען אויס­געצייכנט געװאָרן מִיטן טיט? ,ווערטפולער פֿאָלקס-קינסטלער פון דער רומענישער פאָלקס­רעפּוֹבליק"; אז דער קאָמפּאָזיטאָר אלפרער מענדעלזאָן און דער רעזשיסער אלעקסאנרו פינצי האָבן באקומען דעם טיטל: ,,ווערמפולער מייסטער פון קונסט פון דער ר. פ. ר., אז דער

טעכניקער איסידאָר וויים האָט באקומען די מלוכהךפּרעמיע פארן יאר 1949,

אויף די שאנטיערן און אין די אוזינעס, צייכענען זיך אויס אומצאָליקע ארבעט-מענ­טשן אין סאָציאליסטישן פארמעסט. אָט זענען אייניקע ביישפּילן: דער אייזן-גיסער ראזענ­בערג דעזידעריו, פון די אוזינעס ,,סאָווראם­טראקטאָר", שטייגט איבער יעדן חורש די גאָרמע מיט איבער 800 פּראָצענט; דער מויע­רער זעלצער יעקב, פונעם שאנטיער הידרא­צענטראלע ,וו. אי. לענין", האָט רעאליזירט א נאָרמע-איבערשטייג מיט 860 פּראָצענט; פּאוועל פאלק, אינסטרוקטאָר-סטאכאנאוויסט פון דער אונטערנעמונג ,,סאָווראָם-קאָנסטרוק­ציע" פון לוגאָזש, האָט קוואליפיצירט איבער 0 ארבעטער. זייערע רעאפֿיזירונגען און די פון אנדערע הונדערטער און טויזנטער יידישע ארבעטער, זאָגן עדות וועגן זייער סאָציאליס­טישן פּאטריאָטיזם, וועגן זייער טיפער אי­בערצייגונג אז אין דער רומענישער פאָלקס­רעפּובליק ארבעטן זיי פאר זייער אייגענעם און פאר דעם קאָלעקטיוויטעטפדוווילזיין, אז דאָ ווערן די פרוכטן פון זייער ארבעט שטרענג אָפּגעהיט, אז דא קענען זיי זיך אנטוויקלען און אויסבילדן. י

די דאָזיקע איבערצייגונג דארף טיף אריינ­דרינגען אינעם געוויסן פון יעדן יידישן אר­בעטימענטש,; דאָס דארף זיין דאָס וויכטיקסטע קעגנמיט? צו די מאכינאציעס פון די ציוניס­טישע נאציאָנאליסטן..

די גרינדלעכע אונטערשידן צווישן דער פאר­גאנגענהייט און דער געגנווארט פון אונדזער היימ?אנד העלפט די ארבעטנדיקע זיי זאָלן קל?אָר זען די צוקונפט. אין דעם באריכט 80 יאר קאמף פון דער פּארטיי אונטער דער פאָן פון לענון און סטאלין", האָט חבר ג. געאָרגיו-דעזש געזאָגט: גוֹאָלן ויך די ארבעטע­ריקע רערמאעען אין די יאָרן פון שוארטצער קגעכטשאַפט און 3וואנג, פון קאפּיטאליסטישער עספפּלאָאטאציע, רי פּױערים:-- אינעסם רויב פוּן רי גוט-באזיצער און בעלי-גופים, די אי טעלעקטואלן--= איגעם בושטאנר פון חולטורי לאָויקײט, אוו אי דער הפקרות פון שאָװיי גניסטיש-כוליגאַוישער פֿראָפּאגאגרע מיטן צוועס צו פארטעמפן די יוגוט; די פרויען-- אין דער רערנירערונג אוּן אנטמוטיקונג בו װעלכע זי וזענגען אונטערגעװאַרפן געוואָרן אויף יערן שוריט אוט טריט, בשעת סִיִחֲאֲבו איןו אונדוער לאנר געהערשט די בורזשואזיע און די גוטבאזיצער, זאָלן זי ייך. הײַוט ארומקוקן. און זײ װעלן זען וי עס וואקסן אויס גרויסע אַרבעט-פּלעצער וועגן בויען דעם סאָציאליוס, די פּרוכפּערגריקע פעלדער פֿאַר די װאָס אַרבעסץ, ברייטע וװעגן צוּ א ליכטיקער צוסונפט געעסגט פאַר אַלט ארבעט-מענטשון".

די יידישע ארבעט-מענטשן האָבן אסך אָמּ­צולערנען. פון די דאָזיקע ווערטער. זיי דארפן זיך דערמאנען אין דער פארגאנגענהייט פון אנטיסעמיטישן טעראָר און אינעם פאקט אז די פּארטיי פונעם ארבעטער-יקלאס האָט זיך

8

אומדערמידלעך אקעננגעשטעלט דעם דאָזיקן טעראָר. זיי דארפן נישט פארגעסן אז היינט קעמפט אומברחמנותדיק די פּארטיי פּֿונעם ארבעטער-קלאס קעגן סיי וועלכע שאָװיניסטישע: רעשטלעך; זיי דארפן זיך צושטעלן מיט לייב. און זעל צו דעם דאָזיקן קאמף; זיי דארפן זיך דערמאנען אין דעם וואָס ס'שרייבן די ישראל­ישע אימיגראנטן, וועלכע לעבן איבער אין ציוניסטישן ,היימלאנד" די לייה פון דער בורזשואזיגוטבאזיצערישער רומעניע, און זאָלן אָפּווארפן די ,,גוטע עצות" פון די יידישע נאה ציאָנאליסטן; זיי דארפן זיך פרייען מיט די רעוואָלוציאָנערע פארוואנדלונגען וועלכע אונ­דזער לאנד מאכט דורך און זאָלן שטארק האסן אונדזערע שונאים,

אויף דעם אופן וועלן מיר דערווייזן איבער­געגעבנקייט צו אונדזער היימלאנד, צו די ער­מער אין וועלכע מיר זענען געבוירן און אוים. געוואקפן; צום סאָציאליסטישן אויפבוי, צום גרויפן שלוםיפראָנט ואס האָט אין שפּיץ דעם גרויסן סאוועטן-פארבאנד, דאָם ווונדערבארע לאנד וואָס האָט אונדז נעראטע-. וועט דאָס לעבן און האָט אונדז געגעבן די מעגלעכקייט צו זיין פרייע מענטשן. עס קען נישט געמאָלט זיין קיין איידלערע זאך פארן יידישן ארבעט-מענטשן פון דער רומענישער' פאָלקס-רעפּובליק, גלייך וי פאר סיי וועלכן ארבעט-מענטש, וי צו ארבעטן און צו קעמפן פארן אויפבלי פון אונדזער היימלאנד, פאר סאציאליזם, פאר שלום,

(סוף)

4