Jahrgang 
158 (1951) נר. 158 6-טער יאָרגנג
Seite
2
Einzelbild herunterladen

יוו שולש העז אל/יעטו- קקח ימי

יעשי

;אוקוף-בלעטער"

לכבוד דעם 2זיטן געבוירךטאָג פונעם חבר סטאלין

אין דער גאס ווו עס געפינט זיך די נרויסע טריקאטאזש-פאבריס ,בעלא בריינער", איז א גרויסער פארקער, גאנץ פרי. דורכן טויער פון דער טריקאָטאזש-פאבריק גייען אריין הונדער­טער ארבעטערנס און ארבעטער. פ'איז דער שיכט" וועלכער ארבעט פון 7 ביז 8.

די אָרדנונג. פון הויף, פון די אָפּטיילונגען, זענען א סימן אז דער ארבעטער פיקט אחריות צו יעדן ווינקל, יעדן באשטאנדטייל פון דאנען; ער גיוט אכטונג אויף אלעמען, אויף זיין אייגנס.

ווען מיר זענען אריין אין דער קאָנפעקציע­אָפּטױיילונג, האט די בריגאדע או. ט. מ.,8ֿ-טער מערץ" פון שיכט" געארבעט ביים לויף­באנד מיט* באזונדערן עלאן; די דאָזיקע ברי­נאדע איז אין פארמעסט---לכבור דעם 72-טן געבוירן-טאָג פונעם חבר סטאלין,--- מיט דער בריגאדע או. ם. מ. ,8יטער מערץ" שיפט ,,ב" ביים אויסארבעטן פפּאָרט-בלוזקעס. ביים סאָ" ציאליסטישן פארמעסט לכבור דעם 54יטן אני­ווערסאר פון דער גרויסער סאָציאליסטישער אַקטאָבער-רעוואָלוציע, האָט דער שיכט" געווינען דעם פארמעסט; דער שיכט האָט די רבעט-התחייבות איבערגעשטיגן מיט 50 פּראָצענט.

די שטעפּערין קאראָלינא הערשקאוויטש, האָט שוין מערערע מאָ? געווינען סאָציאליס­שע פארמעסטן. איר נאָרמע איז אָפּצושטעפּן קרעגן אויף 200 בלוזקעס אין 8 שעה און זי

שטייגט איבער איר נאָרמע מיט 80 פּראָצענט;.

די חברטע קאראָלינא, איז אן אוטעמיסטקע.

ביי דער אנדערער מאשין ארבעט דולע מא­ריא, די פאראנטוואָרט?עכע פון דער בריגאדע. זי בלייבט נישט שטיין קיין רגע כדי נישט צו שפּעטיקן דעם לויף-באנד ,,און--- זאָגט זי--­פּונקט ביי דער פייערונג פונעם גרויסן לערער און שלום-קעמפערס 72יטן געבוירן-טאָג זאָלן מיר נישט דערפולן און איבערשטייגן דעם אר­בעטיפּלאן און די פֿליכטן? ס'איז נישט וװיר­דיק פאר אן אוטעמיסט!"-- וועריזשע וועט, פון צווישן ביידע. בריגאדעס, געווינען דעם סאָציאליסטישן ארבעטיפארמעסט? פרעגן מיר. און זי ענטפערט, מיט יוגנטלעכן ברען: ,ואס חייסט ווער? ביידע בריגאדעס|!!"

ביי א טריפּלאָק-מאשין ארבעט די חברטע סטאנעסקו מאריא קורצע אונטערלייבלעך, איר נאָרֹמע איז צו מאכן 266 שטיק אין 8 שעה און זי ארבעט אויס 500 שטיק ד. ה. זי שטיינט איבער טעגלעך די נאָרמע מיט 80 ביז 90 פּראָצענט. זי איז פֿארטיי-קאנדידאט.

(רעפּאָרטאזש)

וּ די בריגאדע אין וועלכער זי ארבעט הייסט די קוואליטעט-בריגאדע ,,טשיוטקיך" וועלכע האָט ארויסגערופן אויף א פאָציאליסטישן פארמעסט == לכבוד דעם 72יטן געבוירן טאָג פון חבר פטאלין|-- די לויפבאנד-בריגארע ,9יטער מאי" שיכט ,,ב" אויף פאָלגנדע התחייבותן; איבערצושטייגן די נאָרמע מיט 80 פּראַצעגט, אָפּצוהיטן די מאשינען, ביים איבערגעבן זיי פארן= צווייטן שיכט" און צו געבן 80 פּראָצענט קוואליטאטיווע פּראָדוקציע, אין דער ראשליסעקציע, ארבעט קאנעטי זיסו, דעם 1יטן מאי 1980 איז ער אויסגעצייכנט גע­װאָרן פון אונדזער פאָלקס-דעמאָקראטישן רע" זשים, מיט דעם ,ארבעט-מעדאק" פאר זיין איבערגעגעבנקייט צו דער ארבעט און ארבעט" איבערשטייגן מיט 100 פּראצענט. ער פלעג אויסארבעטן אויף דער ראשלימאשון אנשטאט 8 קילאָגראם טריקאָטאזש-שטאָף--- 36 קי: לאָגראם. חבר קאנעטי איז אמאָ? געווען א בא­אמטער ביי ,,װויטראָקעראםפּאָרצעלאן" פון בו­קארעשט, געהאט א הונגעררלוין ביי זיין בא" לעבאָס, דער קאפּיטאליסט וואסער, נאָך די פינצטערע אנטאָנעסקוהיאָרן, ווען די סאָוועטישע ארמיי. האָט באפרייט אונדזער ל?אנד, האָט ער אָנגעהויבן אנדערש צו זען דאָם לעבן און די גליקלעכע פּערספּעקטיוון װאָס עס האָבן זיך פאר יעדן אָרנטלעכן מענטש געעפנט. ער האָט זיך אויסגעלערנט דאָס ראשליפאך און איז געװאָרן א גנוטער ארבעטער.

ער דערציילט מיר:

בי מיר אין הויף האָט א שבכנטע, מינע אבראהאם, באקומען טרויעריקע בריוו פון איר שוועסטער פון ישׂרא? וועלכע שרייבט אז די צייטונגען פון דער ר. פ. ר. שרייבן נישט אמאָל די העלפט אין וװואָסערע צרות מען געפינט זיך דאָרט. עס איז דאָרט א נרויסע מיזעריע און עצהט יערן מען זאָל זיך נישט אומגליקלעך מאכן.

חברטע טאָני איז א סינדיקאליסטקע און שטייגט איבער אירע ארבעטיפליכטן ביים רעפאוסאט. איר נאָרמע איז צו רעפּאנסירן 0 קילאָגראם סחורה אוּן היינט, דעם 21-טן נאָוועמבער,--- האָט זי רעפּאנסירט 180 קו­לאָגראם. זי ארכעט און פארדינט און פולט זיך פארחבהט מיט אלע רומענישע און מאגיארישע ארבעטערנס,

אין דער סעקציע, ,אויטאָמאטישע שטריק­

מאשינען" ארבעטן די חבהרטעסט נעגרעאנו און סילוויא בערנשטיין, אין דער אָפּשפּאָר-ברו­גאדע ,,ליריא קאָראבעלניקאָווא". ביידע אר­בעטן און דערפולן זייערע ארבעטיפליכטן און שטייגן זיי איבער אסך מאָ?. צ. ב.. די חברטע בערנשטיין איז אין אינדיווידועלן פארמעסט מיט דער חברטע ראָבאן עליזאבעט--- לכבור דעם 21-טן דעצעמבער--- מיט פאלגנדע פּונק­טן: 1) צו דערפולן דעם ארבעטיפּלאן; 2) צו געברויכן אלע 480 מינוט; 8) דיסציפּלון אויפן ארבעטיפּלא; 4) צו מאכן אָפּשפּאָרונגען; 8) האלטן ריין דאָס ארבעט-פּלאץ, די מאשינען,

די טריקאָטאזש-פאכריק האָט געהאט א התחייבות מצד דער מלוכהשער קאמיסיע פון פּלאנאפיצירונג, צו רעדוצירן די פּרייזן אויפן דריטן קווארט?ל פון יאר 1981; א דאנק דער מי פון די ארבעטער, טעכניקער, אינזשינערן,

װאָס וענדן אֶן די סאָוועטישע ארבעטימע­טאָדן איז רעדוצירט געוואָרן די פּרייז מים

81 פּראצענט ד. ה. מען האָט איבערגעשטיגן די התחייבות מיט 8,81 פּראָצענט לגבי דעם 2יטן קווארטל פון יאָר 1980. אויפן מיטינג ואס איז אָפּגעהאלטן געװאָרן אין דער פאבריק דעם 20יטן ד. ח., איז ראפּאָרטירט געװאָרן; אז דער ארבעטקאָלעקטיוו פון ,בעלא בריי­נער" האָט דערפולט דעם יאָריפּלאן 1981 אין וו חרשים-- ער איז דערפולט געוואָרן דעם 0טן נאָוועמבער, 1 א זייגער.

מיט דער געלעגנהייט איז פאָרגעלייענט גע­װאָרן א בריוו פון חבר סענקאָוויטש, מיניס­טער פאר לייכטער אינדוסטריע, אין וועלכן ער באגריסט דעם דאָזיקן דערפאָלג. דער ארבע­טער-עולם האָט געענטפערט מיט א טעלענראם צו דער ר. א. פּ. און דעם מיניסטער, אז זיי וועלן פאָרזעצן זייער ארבעט מיט דעם זעלבן עלאן.

די ארבעטער זענען שטאָלץ מיט דעם דער­פאָלג, און מיט דעם כבוד וװאָס פ'האָט באקו­מען די פאבריק, ווייל שטעלט אייך פאָר 2-­זאָגט מיר א חכר-- אז א טוץ אונטערליים. לעך האָט געקאָסט 1690 ליי אין דריטן טרו­מעסטער פון יאָר 1980 אוֹן אצינד קאָסט אזא טוץ 1489 ליי ד. ה. ביליקער מיט 19 פּראָ­צענט. מיר וועלן שטרעבן נאָך מער צו פאר­ביליקערן די פּרײיזן, כדי די ארבעטימענטשן זאָלן קענען האָבן אלץ מער, בעסערם אוּן בי­ליקערם. אזוי ארום וואקסט דער וווילֿשטאנ­פון די ארבעטערימאסן ביי אונדז אין ל?אנר, פון יאָר. צו יאָר. ב. שנאבל

|

רינ עס עי ייה יי יי יי יי יי א יי יי יי יי יי יי יי טי אבי יט יי בי

נר. 158

איקוף איבערן לאנד.

ב אָט אָ ש א ן

שבת דעם 17יטן נאָוועמבער ה. י. איז פאָר­געקומען אין זאל ,איקוף" פון באָטאשאן, א קולטור-קינסטלערישע מאניפעסטאציע בי וועלכער חבר ז. פרענק? האָט גערערט איבער די פריינטשאפט פון רי סאָוועטישע פעלקער, א ביישפּיל פון מיטארבעט און פארברידערונג צווישן דעם רומענישן פאלק און די מיט­לעבנדיקע נאציאָנאליטעטן./

עס האָט געפאָלנט א רויכער קולטור-קינסט­לערישער פּראָגראם אויסגעפירט פון א גרופּע פּיאָנערן און פון דער גרופּע ,איקוף". רער פּראָגראם איז באשטאנען פון לידער, רעציטא­ציעס און פאָרלעזונגען פון שלום עליכםכ ווערק. עס זענען בייוועזנר געווען 200 יי שע ארבעט-מענטשן.

דוי

ן טאָרעספּ. ר, סעגאל

זונטיק דעם 18יטן נאָוועמבער ה. י, איז פארגעקומען אין קולטור-היים ,, בארבו לאזא­רעאנו" פון גאס קאר?ל מארקס, א מאניפעס. טאציע לטובת דער הילף פארן קאָרייער פאָלק. ביי וועלכער עס האָט גערערט חבר דוד סע­גאל, סעקרעטאר פונעם באָטאָשאנער ,,איקוף", זיין פארטראג האָט געהאט די טעמא: ,מיר זאָלן שטיצן דעם העלדישן קאמף פונעם קא­רייישן פאָלק פאר פרייהייט און נאציאנאלע זעלבסטשטענדיקייט". י עס האָט געפאָלגט א רייכער קולטור- קינסט­לערישער פּראָגראם אויסגעפירט. פון די שי­לערנס פון דער שול נר. 9.

עס האָבן זיך באטייליקט איבער 280 יידישע ארבעט-מענטשן.

ד אֲ רא ה זי שבת אין 17יטן נאָוועמבער ד. י. האָט דער

יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט אָרגאני­זירט אין קולטור-הויז פונעם אָרטיקן רעמאָ­

קראטישן קאָמיטעט די רעצענזיע ,די ברידעב'

פון ווילעס און די ברידער פון די געצעלטן". נאָך דעם װאָס חבר פּ. כאראק האָט גערערט איבערן פּאָליטישן מאָמענט אין דער אקטואליי טעט האָט חברטע פּראָפ. זוזי שלוזינגער גע. האקטן די רעצענזיע ווו זי האָט אין א גוטן דאקומענטירטן= פאָרטראג ארויסגעוויזן דעם אזוי גערופענעם אחדות ישראל.

דו איבער 100 ארבעטימענטשן האָבן מיב

ווארעמקייט אויפגענומען די דאָזיקע מאניפעס­טירונג.

דער ,,יונגערער שותף" פון א. פּערווענציעוו ביים יידישן מלוכה-טעאטער פון בוקארעשט

אויף דער בינע פונעם יידישן מלוכה-טעאטער פון בוקארעשט, ווערט מיט נרויס דערפאָלג אויפגעפירט די סאָוועטישע פּיעסע ,דער יונגע­רער שותף" פון א. פּערווענציעוו, איבערזעצט אויף יידיש פון י.דובאוויס.

פון דער דאָזיקער פּיעסע ווייזט זיך ארויס אויף וואָס פאר א קינסטלערישן אופן דער סאַוועטישער דראמאטורג שפּיגלט אָפּ די שמו­ציקע פּאָלוטיק פון די אמעריקאנער מאָנאָפאָ­ליסטן, וועלכע פארשקלאפן די אייראָפּעישע פעלקער און שפּאנען זיי איין אינעם שווערן אימפּעריאליסטישן יאָך. די אקציע שפּילט זיך אָפּ אין ענגלאנד, דאָס ל?אנד וועלעכס האָט נאֶך דער צווייטער וועלטימלחמה אין א גרויטער מאָס געפולט און זיין עקאָנאָמיע די רויבערישע הענט פונעם אמעריקאנער שותף. ווען דער פֿאָר­האנג הייבט זיך אויף געפינען מיר זיך אין א לאָנדאָנער פליעריקלוב צום סוף פון דער מלחמה. אין דעם דאָזיקן קלוב, אָנגעפירט פון דער פראנצווזין פראנפאאז מיט דער הילף פון דער אינעטענדענטין טאנטע קאר, קומען זיך צו­נויף אמעריקאנער פליער, פֿראנצויזישע און ענגלישע פליער וועלכע האָבן געקעמפט צו באזיגן די פאשיסטישע חיה. זיי מאכן סימ­באליש אלם מימגליד פון זייער קלוב דעם סאָ­וועטישן זעלנער. דעם העלד פון סטאלינג-אד, כדי ארויסצוווייזן זויער. אכטונג פארן זעלנער וועלכער האָט געראטעוועט די מענטשהייט.

צווישן די באזוכער פונעם קלוב ציילט זיך אויך ערנעסט הילער א קאקאאָ-אימפּאָרטירער מיט זיינע צוויי קינדער עוועלין און זשאן. מיסטער הילער איז זייער צופרידן וואָס דער קאָלאָנעל דזשעקסן, קאמאנדאנט פון דער אמע­רוקאנער עסקאדרילע, פארערט זיין טאָכטער עוועלין, און נעמט אים צו פאר א שותף אין זיינע געשעפּטן. בשעת די פּשוטע מענטשן, וי למש? די אוויאטארן לינד, קאָלדער, פרייען זיך מיט דער מפּלה פונעם פאשיזם, פילט מען שׁוין תיכף די שנאה פונעם. קאָלאָנעל דזשעקסן אָדער זיין אונטערטיינער אלען הארט קעגן סאָוועטן-פארבאנד און בבל?ל קעגן

פּשוטן פאָלק, קעגן ענגלישן, קעגן פראנצויזישן אָדער טאקע קעגן אמעריקאנישן פאָלק. אונטער

דער אוניפאָרם פון דזשעקסאנען מילט מען דֶעם אמעריקאנער ביזנעסימען וועלכער ויפ

פארשקלאפן די וועלט.

דאָס צווייטע בילד שפּילט זיך אָפּ נאָך פינעף יאָר צייט, אין 1980. אסך האָט זיך געביטן אין לאָנדאָן. אויך די אטמאָספער פונעם פלו­

עריקלוב האָט זיך געביטן, אנשטאט דער ליב­

הארציקער פראנסאָאז האט דער קאָלאָנעל דזשעקפן, אויפפירער פונעם מארשאליפּלאן אין ענגלאנד,--- אינסטאלירט ליל סנייקן א שִׁפּי­אָנקע אין דינסט פון אמעריקע. די גוטע טאנטע קאר איז געװואָרן גרוי און פארצרהט, די אווי­אטאָרן לינד, מאָרװועל? און קאָלדער וועלכע קו­מען צוריק פון א רייד, געפינען נישט מער די

ווארעמע פריינטשאפטלעכע אטמאָספער פון צו-'

ריק מיט 5 יאָר. דער קאָלאָנע? דזשעקסן, הילערס שותף, וויל אונטער דער מאסקע פון א קאקאאָ­טראנפפּאָרט אריינברענגען א טראנפפּאָרט מו­ניציעס. דאָס האָט ארויסגערופן רעוואָלט ביי די דאָקערן אין פֿאָרט. זיי זאָגן זיך אָפּ אױיסצולאָ­דן די אמעריקאנער שיפן. ס'קאנען זיי טישט איבערצייגן די דראָונגען פוּן דעם אמעריקאנער דזשעקסן, נישט די פאלשע שבועות פונעם אלטן

פארעטער הילער אָדער די פּאטריאטארדע דרשה פונעם לייבוריסטישן= מיניסטער. מיר

זעען אין רי דאָקערן בל?עק באָב, אמתע פאט­ריאטן וועלכע האָבן ליב זייער היימלאנד און קעמפן קעגן אמעריקאנער אונטערדריקונג,

זי גייען אָבעך מיט פרייד אױיסלאָדן א סאָ­וועטישע שיף װאָס האָט געבראכט נישט קיין באָמבעס, נאָר ברויט פאר די הונגעריקע קונ דער פון ענגלאנרד,

דער אמעריקאנער מאָנאָפּאָליסט פירט ווייטער זיין ארבעט מיט דער הילף פון די לייבוריסטישע און קאָנסערוואטאָרישע פֿארעטער. די קעמפער ווערן גערודפט. לינד ווערט ארעסטירט; קוק, א געוועזענער אָפֿיציר פוֹן דער עננלישער אווי­אציע, ווערט פארפאָלגט וויי? ער האָט זיך איינ­גערייםט אין די רייען פון די שלום-קעמפער.

צום סוף פון דער פּיעסע פילט מען אז ס'פארז שטארקט זיך די אונטערדריקונג פונעם ענגלישן פאָלק, אָבער מ'פילט אויך אז ס'וואקסט דער קאמף פאר שלום פון די אָרנטלעכע מענטשן סיי אױבעטער, דאָקערן, סיי פון אנדערע שיכטן פון דער געזעלשאפט, וי למשל עוועלין, הילער טאָכטער אָדער קוק א. א.

דער דערפאָלג פון דער דאָזיקער פּיעסע איז צו פארדאנקען פון איין זייט דער קינסטלערי­שער רעזשו פון ראדו מיראָן, פון אן אנדערער זייט דער פארטיפונג פונעם אקטיאָרן-קאָלעק­טיוו אין זיוערע ראָלן. וויליאם דזשעקסן ווערט פּרעכטיק אונטערפּרעטירט פונעם אקטיאָר סא­מועל פישלער. ער פורט אויף זייער ועראָסימיל די גרויליקע פינור פונעם אמעריקאנער קאפּיטא­ליסט וועלכער טרעט אויף אלעמען, ביי וועמען ס'איז נישט פאראנען קיין טייערערע זאך אויף דער וועלט וי די פּראָפיטן, וי דאָס געלט. ער איז אָבער אונטערגעוװאָרפן זיין פרוי פעגי אן אמת'ער װאָליסטריטיפּראָדוקט. זי אלס טאָכטער פון א מיליאָנער, פירט אָן מיט אלע זיינע גע" שעפטן און זי באטריגט אים מיט זיין אינטימסטץ פארטרויונגס-מענטש, מיט ריטשין, וועלכער איז ריכטיק אינטערפּרעטירט פון ה. שטאָלפּער. ווונדערכאר גיט אונרז איבער ב. פּאָפּליקער אין ראָל פון ערנסט הילער.דעם טי פון ענגלישן געשעפטסמאן. כדי די געשעפטן זאָלן גיין, אִיז ער אלץ גרייט צו טון; אפילו ברענגען באָמבעס שטאט קאקאא. כאטש מ'האָט אין אייניקע מאָמענטן רחמנות אויף אים, ווען מען זעט אים אויף די קני פארן יונגערן פּארטנער, דעמאסקוהט ער זיך אָבער באלד ארויפווייזנדיק דעם שמוציקן פּרצוף פונעם ,אלטן" רויבער וי דזשעקסן רופט אים.

זייער געלונגען זֶענען אינטערפּרעטירט די ראָלן פוז לינד. און בפרט פון קאָלדער, פון וילו ריבער און איזי. כאוויס. דער אקטיאר. כאוויס אין דער ראָלע פון גאָלדער ווייזט אויף דער בינע אן אָרנטלעכן אמעריקאנער בירגער וועל­כער איז און גאנצן נישט מסכים מיט טרומאנען און. זיינע משרתים, וועלכער גיסט זִיך אויס

זיין בענקשאפט און ווייטיק אמאָל אין א זיפץ און אמאָל אין א לידעלע און טאקע אין א הארט װאָרט קעגן זיינע הויכע בעלי-בתים. עליאס בערקאוויטש האָט ריכטיק געשפּילֿט די ראָל פון אלען הארט דער אונטערטעניקער משרת פונעם קאָלאָנעל דזשעקסן. הויך קינסט­לעריש. פירט מאוריטשיו סעקלער זיין ראָל אלס טאָמאס בלעק--- אן ענגלישער דאָקער. ער האָט ליב לאָנדאָן וייל דאָרט האָט געלעבט מארקס, ווייל דארט האָט געוויילט לענִין, ווייפ אויף די גאסן פון לאָנדאָן איז געגאנגען סטאלין, פאר ל?אָנדאָן איז ער גרייט צו קעמפן אז ס'ואָל ווערן זיין אמת פריי היימלאנר.

מאנא ריפּל אין ראָל פון הענרי קוק, רע­פּרעזענטירט אויף א זייער געלונגענעם אופן דעם אָרנטלעכן ענגלישן בירגער װאָס איז אנט­שלאָסן צו קעמפן קעגן די צינדער פון א נייער

מלחמה.

דינא קעניג האָט אמת רעאליסטיש אינטער­פּרעטירט די ראָלע פון דער גוטער טאנטע קאר. אויך סארא וויים אין ראָ? פון פראנסאָאז, סע­די גליק אין ראָל פון לילי סנייק, איזאק קאס­וואן אין ראָל פון מיניסטער, ליא קעניג-שטאָלפּער אין ראָל פון עוועלין הי­

לער האָבן אויף א פּאָזיטיוון קינסטלערישן אופן

ופן

אינטערפּרעטירט זייערע ראָלן.

צו דעם אלגעמיינעם דערפאָלג האָבן נאך ביגעטראָגן די אקטיאָרן: אורי פורמאן אין ראָל פון באָב, א יונגער דאָקער, הערבערט װילדהאָרן אין ראָל פון דזשאָן הילער, װיקטאָר

טולענפעלר און יאנקו האלפּערין אין ראָ? פון.

צוויי פראנצויזישע פּילאָטן און אנדערע. די ווונדערשיינע דעקאָרן און קאָסטיומען וועלכע באגייסטערן דורך זייער רייכקייט און פּינקטלעכקייט זענען דאָס ווערק פון אל. אֲלִיאן. דער בוקארעשטער ייִדישער עולם האָט באמת

די געלעגנהייט אין דעם.,יונגערער שותף" צו

זען א געלונגענע רעאלוזירטע פּיעסע, דערפאר ווערט זי אויך פון דעם דאָזיקן עולם זייער ווארעם אויפגענומען... ש, אלעקסאנדער

*7

יע טידע

יי יע