Jahrgang 
159 (1951) נר. 159 6-טער יאָרגנג
Einzelbild herunterladen

9.סא 6יטער יאָרגאנג

:848.110/981.0 טס /610)-08? 8 6/816ת36) זוחג 1216!:ת08סזקם מחזס!מ00 6ז60:)8ת0 הז 2!8)8. 818:פסק 8א3/

פרייז לײיי 5 161 וו}6 זי

5 דעצעמבער 1951 טואטואםסטס 5

געזעלשאפטלעך- ליטערארישער זשורנאל- דערשיינט אונטער דער רעדאקציע פון א קאָמיטעט

אס זט8-)טאו

וסזוואס= וטאט 5868סטטסאאס= 508 428885

4 18."9 ,זס!וסוֹא 8188 אדמינ.: קאלעא מאָשילאָר,?9. טעל. 5.09.64| רעדאקציע בוק

די פּאָליטיק פון אונדזער פּארטיי

3

א יאָר זייט די וואלן צו די פאָלקסיראטן| אין דער נאציאָנאלער פראגע

פון לודאָויק טאָקאטש

מיניסטער-שטעלפארטרעטער פאר די פראנן פון די מיטלעבנדיקע נאציאָנאליטעטן

צוריק מיט א יאר איז פאָרגעקומען ביי ;אונרז אין לאנר דער גרויסער' יום-טוב- פון וויילן די דעפּוטאטן צו די פאָלקס-ראטן. צום ערשטן טאָ? זענען געוויילט געוואָרן אין דער -אָנפירערשאפט פון די שטעט און דערפער, פון די ראיאָנען און געגנטן, געטרייע זין און טעכ­

יטער פון די ארבעטנדיקע מאסן פון אונדזער

לאנד: ארבעטער, ארבעטנדיקע פּויערים און ארבעטנדיקע אינטעליגענץ. דער דאָזיקער קלאסן-צוזאמענשטעל פון די דעפּוטאטן שִפּי­גלט זיך אָפּ אויך אין זייער טעטיקייט.

אין קעגנזאץ צו די מיטגלידער פון די שטאָט­ראטן פון אטאָ?, וועלכע פלעגן נאָר זוכן זיך צו בארייכערן אויפן חשבון פֿון זייערע וויילער, פירן די דעפּוטאטן פון די פֿאָלקס-ראטן א ריי­כע טעטיקייט וועגן אנטוויקלען זייערע וואל­קרייזן. די טעטיקייט פון די-פאָלקס-ראטן ווערט געפירט אונטער דעם קאָנטראָ? פון די וויילער טיט וועלכע די דעפּוטאטן שטייען אין א

יי שטענדיקער פארבינדונג.

אונטער דער אָנפירערשאפט פון דער. רומע­נישער ארבעטעריפּארטיי, האָבן די פֿאָלקס­דאטן דורכנעפירט אין משך פֿון דעם פאר­גאנגענעם יאר א טעטיקייט ואס די שטאָט­און דאָרףיראטן פון דער צייט פון די קאפּי­

טאליסטישיפּריצישע רעזשימען האָבן נישט באוויזן צו טוען אין צענער יאָרן. ווייל זיי

זענען אויך נישט געווען פאראינטערעסירט עס צו טון.

עס זענען עלעקטריפיצירט געוואָרן הונדער­טער דערפער אָדער פּעריפערישע גאסן פון די שטעט. די פּעריפעריעס פון בוקארעשט, די הױפּט-שטאָט פון רומעניע, פלעגן אויסוען פַּשׁוט וי דערפער, אָן ליכט, אָ} טראָטוארן, מיט גריבער אין מימן די גאסן.. אין רענן­צייט איז אומעגלעך געווען צו גיין אויף די גאסן. א דאנק דער טעטיקייט פון די פאָלקס" ראטן, איז די דאָזיקע שענדלעכע לאגע ליקווי­דירט געוואָרן.:

און אזוי זענען געבראכט געוואָרן פארבע­מערונגען אויף אלע טעטיקייטס"געביטן, כדי צו פארלייכטערן און פארשענערן דאָס לעבן פון די ארובעטנדיקע. עס זענען געשאפן געוואָרן נייע מארק-פּלעצער און מלוכה-געוועלבן, דורך וװעל­בע די ארבעטנדיקע זאָלן זיך קאָנען. אפּראז וװויזיאָנירן. די פאָלקס-ראטן האָבן זיך אויך באשעפטיקט. מיט בויען הייזער פאר די ארי בעטער.

איינע פון די וויכטיקסטע טעטיקייטן פון די פאָלקס-ראטן איז געווען, דאָס אויסנוצן אלע אָרטיקע קוואלן צו שאפן סחורות פון ברייטן געברויך. ס'איז אויך געזאָרגט געוואָרן פאך די קינדער פון די ארבעט-מענטשן; אזוי ארום זענען געשאפן געװואָרן קרעשעס, טאָג-חיימען, קאנטינעס.

די פֿאָלקס-ראטן האָבן גאר אסך אויפגעטון אויפן געביט- פון קולטוראליזירן די פאָלקם­מאסן. עם זענען געשאפן געוואָרן קורסן פאר אלפאבעטיזירן, כדי צו ליקווידירן דעם אנא?­פאבעטיזם די שענדלעכע ירושה פונעם פריערדיקן רעזשים. כדי צו העכערן דעם פּראָז פעסיאָנעלן און קולטורעלן ניווא פון די ארי בעטנדיקע, האָבן די פֿאָלקסיראטן געשאפן רעז קוואליפיצירונג-שולן און אָוונט-גימנאזיעס פאר ארבעטער. עם זענען געבויט געוואָרן נייע שולן. די אמאָליקע פארוואָרפנסטע ווינקלען פונעם לאנד ווערן אלץ מער אויפגעלעבט דורך שאפן נייע אינדוסטריעם און טראנפפּאָהט-מיטלען.

די דאָזיקע טעטיקייט האָט פארלייכטערט די אויפקלערונגס-ארבעט= וואָס די פאָלקם-ראטן האָבן געפירט צווישן די ארבעטנדיקע פּויערים בנוגע די לאנדווירטשאפטלעכע קאמפּאניעס וועגן דורכפורן די אקער- און פארזיי-אקציעס צו דער צייט. די דאָזיקע אויפקלערונגס-ארבעט קאָט אויך געהאט אלס רעזולטאט אז די ארי בעמנדיקע פּויערים האָבן זיך נישט צוגעהערט

צוֹ די שושקערייען פון רי באקלעגופים און האָבן איבערגעגעבן צוֹ דער צייט זייערע קוואָטעס

פאר דער מלומה. די פֿאָלקסיראטן האָבן ארויסגעוויזן רעוואָלוציאנערע וואכזאַמקייט

אינעם קאמף קעגן דעם קלאטן-שונא.

די דערפֿאָלגן פון די פֿאָלקס-ראטן זענען צו פארדאנקען זייער טיף דעמאָקראטישן כאראק-י טער. זייער טעטיקייט איז געפירט געוואָרן לויטן ביישפּי? פֿונעם סאָוועטן-פארבאנד. דער קאָנ­מאקט פון די דעפּוטאטן מיט זייערע וויילער האָט נישט אויפגעהערט אין טאָג פון די וואלן. אדרבח, פון דעמלט אָן האָבן זיך געשלאָסן אלץ ענגערע פֿארבינדונגען צווישן די וויילער און די דעפּוטאטן. די וויילער האָבן געבראכט פֿאָר" שלאגן, קריטיקירט די ארבעט פון די פאָלקס­ראטן, זיך פרייוויליק באטויליקט אין דער אר­בעט וואָס איז איניצירט געװאָרן פון די פאָלקט­ראטן. אויף אזֹא אופן האָבן די וויילער גע­שטיצט זייער ארבעט.

פּונקט פארקערט זעען אויס די מוניציפֿאלו­טעטן אין די קאפּיטאליסטישע לענדעה. רי שטאָט-ראטלער אינטערעסירן זיך מיט די וויי­לֶער ביזן טאָג פון די וואלן. דערנאך מאכן זיי זיך זייערע געשעפטן און דער װײַלער זעט זיי שוין נישט מער.

מיר געדענקען נאָך די אמאָליקע יירישע שטאָט-ראטלער, דעם פאבריקאנט בירמאן פון די?ליבעראל?ן און דעם פארמאטשיסט סאָ?אָ­מאן פון די צערעניסטן, וועלכע האָםן זיך געמאכט זייערע אינטערעסן און האָבן געהאָלפן דער אָליגארכיע אונטערצודריקן און צו עקס­פּלאָאטירן די יידישע מאסן.

אין די פארייניקטע שטאטן ווערן די. שטאָט ראטלער אויסגעוויילט דורך די גענגסטער-יבאג דעס, מיט וועלכע זיי זענען פארבינען..

אויך.= אין ישראל,. אין, דער אֲנְתִי. רערשאפט פון די מוניציפּאליטעטן זענען פא­ראן רעאקציאָנערע עלעמענטן וװאָס ווערן גע­װײילֿט צוליב דעם טעראָר און די אנטידעמאָ­קראטישע וואליגעזעצן וואָס זיי ווענדן אָן קעגן די באוווּסטזיניקע וויילער. דערפאר טוען די מוניציפּאליטעטן אויך גאר נישט לטובת. די עולים, וואָס געפינען זיך אין דער גרעסטער מיזעריע אין די מעבֿרות. אָבער נישט נאָר רי נייע עולים ליידן פון דער רעאקציאָנערער טעז טיקייט פון די שטאָט-ראטלער. די באלעבאטים פון די אויטאָבוז-נגעזעלשאפטן העכערן אלץ רי פּרייזן פוז די רייזעס, די בעקערייען העכערן די פּרײיזן פון ברויט און די עיריות(מוניצי­פּאליטעטן) זענען מסכים דערצו. דאָס אין דערפאר וויי? דאָס רוב ראטימענער זענען קא­פּיטאליסטן. דער פּרימאר רוקח פון תליאביב, צעווארפט היינט די הילצערנע שטיבלעך וואָם די נייע עולים האָבן זייי אויםגעבויט אָן זיין אויטאריזאציע. מען בויט סטראטעגישע שאָ­סייען אנשטאט אויסצופלאסטערן די גאסן.

אין די ל?עצטע וואלן האָבן די אראבישע אר­בעטער נישט געהאט. דאָס רעכט צו וויילן.

וי גליקלעך זענען אָבער די יידישע ארבעט­מענטשן, פּונקט וי די ארבעטימענטשן פון די מיטלעבנדיקע נאציאָנאליטעטן, פון דער ר. פ. ר. פון וועלכע עס זענען געוויילט געװאָרן 15.000 דעפּוטאטן= צו די פֿאָלקס-ראטן.. דער דעפּוטאט חיים רימער פון פעלטיטשען איז נעשטאנען בראש פון א| אקציע פארן אויסשטאטן א קינדערינאָרטן; די חברים ח. יואקאָבזאָן און אנא פינטעא האָכן אָריענטירט בירגער פון ראיאָן ,28 אויגוסט" אויף פריי­וויליקער ארבעט איינצוריכטן א פּארק; אָדער די חברטע עווא באנק ואָס ווערט אָנגערופן און קווארטאל וואקארעשט: ,די ווירטין פונעם קווארטאל".:

צום ערשטן יאָר פֿון דער טעטיקייט פון די פֿאָלקט-ראטן, ווונטשט זיי דאָס גאנצע ארבעטג­דיקע פאלק פונעם לאנד ווייטערדיקע דערפאלין אין דער ארבעט.

-{ 2

. נעם צ.-ק. פון דער

242). ,18.8 2 ,80 3852 /1316//.ז1: /11ב6עסט:3 88480118)

ארעשט. מאטעי באסאראב 2 3. טעלי יי

איינע פון די וויכטיקסטע אויפגאבן פון דער רומענישער ארבֿעטעריפּארטיי איז געווען און איז, די סטאליניסטישע לויזונג פון דער נאציאנאלער פראגע. די מארקסיסטיש-לעני­ניסטישע פּארטיי איז גערופן צו לייזן די נא­ציאָנאלע-פראגע אין פולן הסכם מיט די גוונט-אינטערעסן פונעם ארבעטער-קלאס. ביים יסוד פון. דער ריכטיקער לייזונג פון דער נא-" ציאָנאלער פראגע שטייט די לערע פון די גרוי­סע זשעניס פון דער ארבעטנדיקער מענטש­הייט= מארקס, נגעלס, לענין' און סטאלין וֶועלכע ווייזט אָן אז עס קאָן נישט זיין פריי א פאלק וואָם אונטערדריקט= אנדערע פעל­קער. דער. מארקסיזם-לעניניזם פארבינדט דאָס לייזן די נאציאנאלע פראגע מיטן לייזן די הויפּט-אויפגאבע פונעם ארבעטער-קלאס; דאָס אָפּשאפן די עקספּלאָאטאציע פון מענטש דורך מענטש. צום ערשטן מאָ? אין דער וועלט, איז די נאציאנאלע פראגע ריכטיק און פולשטענדיק

געלייזט. געװאָרן אין פאָוועטן-פארבאנד, א דאנק דער קלונער פּאָליטיק פון דער רומ­רייכער באָל?שעוויסטישער פּארטיי פון לעגין

און סטאלין.

רעדנדיק וועגן דעם זיג פון דער מארקסים­טיש-לעניניסטישער נאציאָנאלער פּאָליטיק אין סאָוועטן-פארבאנד, זאָגט דער חבר סטאלין: ,דאס פעלן פון עקפפּלאָאטאטאָרישע קלאקן, וועלכע זענען געווען די הױפּטדאָרגאניזאטאָרן פוז דער פעלקער-שנאה; דאָס פעלן פון עקט-י פּלאָאטאציע, וועלכע קולטיווירט דעם קעגנ­זייטיקן אומצוטרוי און העצט אויף די נא­ציאָנאליסטישע ליידנשאפטן; דער פאקט אז בטיי דער מאכט געפינט זיך דער ארבעטער-יקלאס, דער שונא פון סיי װאָס פארא אונטערררו­קונג און דער געטרייער טרעגער פון דער איז דעע פון אינטערנאציאָנאליזם, דאָס פאר­ווירקלעכן די קעגנזייטיקע הילף צווישן די פעלקער אויף אלע געביטן פונעם עקאָנאמישׁ און געזעלשאפטלעכן?עבן; דער אויפבלי פ דער נאציאָנאלער קולטור פון די פעלקער פו פאָוועטן-פארבאנד, א נאציאָנאלע קולטור אין דער פאָרם, א סאָציאליסטישע אין אינהאלט.-­די אלע פאקטאָרן און אנדערע ענלעכע פאקטאָרן האבן געפירט צו א ראדיקאלער ענדערונג פון דער פיזיאַנאָמיע פוּן די פעלקער פון סאָ­וועטן-פארבאנד,. צום באזייטיקן צווישן זיי רעם.. געפיל 0 פוּן אומצוטהוי- און צום אויפשטעלן אן אמתדיקע ברידערלעכע מיט­ארבעט פון די פעלקער אינעם סיסטעם פון אן איינהייטלעכער פֿארבאנדישער מלוכה."

ביים לייזן די נאציאָנאלע פראגע פון אונ­דזער לאנד, האָט די רומענישע ארבעטער­פארטיי אָנגעווענדט און ווענדט אָן מיט אנט­שלֿאָסנקייט די מארקסיסטיש-רלעניניסטישע לע­רע און די דערפארונג פון דער גרויסער קאָ מוניסטישער פֿארטיי(באָלשעויקי) פון סא וועטן-פארבאנר.

די רעזאָלוציע פונעם פּאָליטישן ביוראָ פו­רומענישער ארבעטער­פּארטיי, פון דעצעמבער 1948, שטרייכט אונ­

טער;,אין קאמף. פארן אנטוויקלען אונדזער פאָלקסידעטאָקראטיע, פאר א דויערהאפטן

שלום, קעגן דעם אימפּעריאליזם און קעגן דער רעאקציע, איז די לויזונג פון דער נאציאָנאלער פראגע. איינע פון די וויכטיקסטע אויפגאבן

פונעם ארבעטעריקלאס,. אָנגעפירט פון זיין פּארטיי, און די אויפגאבן װואָס פאָלנן פון דער פראגע וװאָם שטייען אויפן ערשטן פלאן

די נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט און פוז

בה עז =

וועראניטעט, דאָס בויען דעם סאָציאליזם א אונדזער לאנד, קאָנען געזיכעהט ווערן נאָ דורכן פארייניקן אלע ארבעט-מענטשן אָן אוֹני טערשיד פון נאציאנאליטעט".,

2

2

אינהאקלט:

-- דער 128-טער געבוירן-טאָג פון וועלוופ זבארזשער(' 8); --- אין די בערג פון קארייע(ליד) פון חייס שׂווארץ(ז' 8); --- באגעגענישן פון יידישע שרייבער מיט לייענער פון דער געגנט בערלאר

(ז' 8);

-- א שמועס מיט חבר איליע שווארץ-­דעפּוטאט פונעם פאָלקס-ראט פון ראיאָן ,טו­

דאָר וולאדימירעסקו"(ז' 4); -- די קאָנסטיטוציע פונעם זיגרייכן סאָציא­ליזם פֿון ג. ראנילאָו(' 8); --- פונעם אמעריקאניזירטן ישראל=' 4).

אין דער" סטאליטיסטישער לייזונג פון דער נאציאנאלער פראגע פון אונדזער לאנד, פאר-"

נעמט א וויכטיקן פּלאץ די טעטיקייט און די

ווערק פונעם חבר ג. געאָרגיו-רעזש.

אין די שווערע יאָרן פון קאמף קעגן דעם קאפּיטאליסטישיפּריצישן טעראָר,. אין דער צייט ווען די רעאקציע, כדי צו ברעכן די קאמפס­איינחייט פון די ארבעטנדיקע, האָט געהעצט ביז צום מאקסטימום די נאציאָנאליסטישע שאָ­וויניסטישע שנאה האט חבר ג. געאָרגיו­דעזש קיין איין מינוט נישט אויפגעהערט צו דעמאסקירן די שאָװיניסטישע נאציאָנאליס" טישע פּראָפּאגאנדע. אלס א גיפטיקן וואָפן פון דער רעאקציע און אָנצוווייזן די ארבעטימענ­טשן אז.נאָר ענג פארייניקט, אָן אוֹנטערשיד פון נאציאָנאליטעט, וועלן זיי קאָנען פירן מיט דערפאָלג דעם קאמף קעגן דעם גרויזאמען רעזשים פון עקכפּלאָאטירן דעם מענטשן דורך מענטש.

די קאָמוניסטן וועלכע האָבן באגעגנט דעם חבר ג. געאָרגיוידעזש אין דער צייט פון די פארפּאָלגונגען אין פארשידענע תפיסות, דער­ציילן מיט?ליבשאפט און באווונדערונג וועגן דער העלדישקייט מיט וועלכער ער פלעג תמיר אינטערווענירן לטובת די פּֿאָליטישע געפאנ-" גענע פון אנדרערע נאציאָנאליטעטן, ווען די דירעקציע פון דער תפיסה, פלעג דורך באנדעס פון פארברעכער און לעגיאָנגארן--- וואָס זע­נען ספּעציעל אָרגאניזירט געוואָרן--- פּרוװון שאפן שאָװיניסטישע-נאציאָנאליסטישע דיווער­סיעס צווישן די ארעסטירטע. די דאָזיקע שטע­לונג פון הבר ג. געאָרגיו-דעזש, האָט געפונע! א ווונדערבארן אויסדרוק אין די ווערטער װאָס ער האָט געזאָגט מיט אנטשלאָסנקייט ביים פּראָ­צעס וואָס איז אינסצענירט געוואָרן מצד דעם קאפּיטאליסטישיפּריצישן רעזשים קעגן די פי­רער פונעם גריוויצער שטרייק.

,די באוווסטזיניקע ארבעטערשאפט. מאכט נישט קיין שום אונטערשיד פון ראסע אָדער נאציאָנאליטעט. אין די ווארשטאטן ליידט

דער רומענישער ארבעטער פונקט אזויווי דער יידישער אָדער אונגארישער, און די פאבהי­קאנטן. קוקן נישט, ביים אָפּזאָגן פון דער אר­בעט אָדער ביי די לוין-רעדוצירונגען צי די ארבעטער זענען יא אָדער נישט רומענער." אין דער עפּאָכע פונעם אימפּעריאליזם, ווען די מאָנאָפּאָלן מאכן ווילדע אנשטרענגונגען צו ראטעווען די פארפוילטע פּאָזיציעס פונעם קא­פּיטאליסטישן סיסטעם, לויערנדיק אויף דער זעלבסשטענדיקייט און סווועראניטעט פון די פעלקעח, איז די נאציאָנאלע פראגע פאר יעדן פאָלק, אין דער ערשטער ריי, די פראגע פון פארטיידיקן די נאציאנאלע זעלבסשטענ" דיקייט און סווועראניטעט. אין דעם פּעריאָר, ווען דער קאמף צווישן די צוויי לאגערן!--­דער לאגער פון שלום און סאָציאליזם בראש מיטן סאָוועטן-פארבאנד, און דער לאנער פון דער מלחמה אָנגעפירט פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן--- פארשארפט זיך, איז דער קאמף פארן אָפּהיטן די נאציאָנאלע זעלבס­שטענדוקייט, פאר נאציאָנאלער באפרייונג, ענג פארבינדן מיטן קאמף פאר שלּום. די דאָזיקע אידעע גייט דורך וי א רויטער פֿאָדעם איבער אלע ווערק פונעם חבר ג, געאָרגיו-דעזש. ,דער קאמף פארן פארטיידיקן דאָס פאָטערי לאנד--- זאָגט חבר ג. געאָרניו-דעזש--- ווערט איינס מיטן קאמף פאר. פארטיידיקן די פונעם פאלק דעראָבערטע פרייחייטן, מיטן קאמף פארן נויען דעם סאָציאליזם. די נאציאָנאלע איני טרעסן, מיט אנדערע ווערטער, די אינטערעסן פון דער גרויסער מערהייט פון דער באפעלי קערונג פונעם לאנד, פלעכטן זיך צוזאמען מיט (סוף אויף זייט?)