ינר. 160
,איקוף-בלעטער"
זט 3
ביים בוקארעשטער יידישן מלוכה-טעאטער:..די כישופמאכערן" פון א. גאלדפאדען
נאָך פאר דער דערעפענונג פונעם חיי-יעריקן טעאטעריסעזאן--- ואס איז צוגעגרייט געװאָרן מיט ערנסטער אידעאָלאָגישער און קינסטלערושער באזעלטקייט מצד דעם בוקארעשטער יידישן מלוכה-טעאטער,--- האָט מען שוין ג;עקענט פילן ביי די שוישפּילער, אז מען גרייט זיך צ א יוםיטוב; אז די ,,כישופמאכערן" וואָס מען װועט אצינד שטעלן, האָט דעם ציל אָפּצוגעבן כבוד אברהם גאָלדפאדענען וועלכער האָט גע: גרינדעט ביי אונדז אין לאנד דאָס יידישע טעאטער צוריק מיט 9 יאָר מיטן צוועק אויפצוקלערן און צו בילדן די פּשוטע יידישע מענטשן,
דאָס אויפפירן די דאָזיקע אָפּערעטע אין אונדזערע נייע ליכטיקע באדיננגונגען(לויט גאָלדפאדען האָט זיך געווונטשן), האָט ארויסגערופן ביים טעאטער-עולם פון. בוקארעשט א גרויסן אינטערעס. דער פוליגעפּאקטער זא? פונעם יידישן מלוכה-טעאטער באווייזט יעדן אָוונט אז דער טעאטער-קאָלעקטיוו דערוועסט, א דאנס זיין קינסטלערישן שפּיל, אינעם יידישן ארבעמער-צושויער, פאראכטונג און חוזק לנבי אבערנלויבן, אומוויסן, און טיפע שנאה לנבי די צביעותדיקע לייט װאָס נוצן אויס די פארשידענע פאָרמען פון אבערגלויבן וי ,כישוף" א. א. לטובת זייערע נידערטרעכטיקע פּערזענלעכע אינטערעסן.
מען קען זאָגן אז כמעט דער גאנצער טעאטער-קאָלעקטיוו האָט זיך איינגעאייגנט די פּיעסע און א טייל פון אים האָט טאקע רעאליזירט קרעאציעם. עס דארף דערמאנט ווערן די יונגע
שוישפּילער} סאריקא שארטגא וועלכע האָט מיט איבעראשנדיקער פאראינערלעכונג, דיקציע און מיט באזונדערן טאלענט רעאליזירט א לעבעדיקע מירעלע. דאָס זעל?בע קען מען אָבער נישט זאָגן בנוגע דעם שוישפּילער װילי ריבער, וועלכן ס'איז נישט געלונגען אריינצוגעבן לעבן אינעם פּערסאָנאזש מארקוס. אין דער ראָ? פון באסיע, האָט דיגא קעניג ארויסגעבראכט אן אריגינעלע שטיף-מוטער. חברטע דינא קעניג האָט מיט איר שעפערישן טאלענט אָפּגעהיט איר פּערסאָנאזש ניט צו פארלירן קיין טראָפּן פון דער אנטיפּאטיע און שנאה צו וועלכן צוועק גאָלדפאדען האט אים געשאַפן; אין דער ראָל פוז רעב אברהס3ע האָט בעעאָ פֿאַפּליקער אונדז געשטאלטיקט אן עכט-גאָלדפאדענישע פינור, מיט אלע ניואנפן; סעווילא פּֿאַסטאָר האָט אין איר קרעאציע אלס באבע-יאכעע, לרוב אויסגעמיטן די רעשטן פון דער באבע-יאכנע-אינטערפּרעטאציע פונעם ביר-י גערלעכן טעאטער, און זי האָט רעאליזירט אויף א רעאליסטישן אופן דעם דאָזיקן ראָל; מאָגא ריפל, אין זיין ראָ? אלס אליקים, האָט געשאפן אן עכטן טיפּ פון אן אויסווורף.
אויף א באזונדערן אופן האָט דער טאלענטפולער שוישפּילער יאנקו אלפערין געשטאלטיקט א האָצמאך לויט דער גאָלדפאדענישער וויזיע, מוטן חותם פון יענער צייט. דער טיפער אָפּטימיזם, פריילעכקייט, אנעקדאָטישקייט פון האָצי מאך, האָט פארבינען דאָס לעבן פֿון דער בינע
מיטן לעבן פון אָנוועזנדיקן פּובליקום, דערוועקנדיק דעם פאָלקסיגעפי? פאר יושר. האָצי מאך,--- דער עמך-פארשטייער--- אינטערפּרעטירט פונעם דאָזיקן טאלענטפולן שוישפּילער, וועט בלייבן אויף תמיד אין זכרון פון דעם צושויער-עולם.
מיט גאָלדפאדענישן נאיוון ח} האָבן אינטע-פּרעטירט זייערע ראָל?לן די באקאנטע גאָלדפאדעןשוישפּילערין שורה עמינגער און ליובא מיידען אין דעם מארק-בילד איז ארויסצוחייבן די מאסןסצענע, די לעבעדיקע באוועגונגען פון די האנדלוואנד?-טיפּן, די איינקויפערינס, פּױויערים. א רעאליסיטשע פארב ברענגען דאָ אריין מיט זייער שפּי? און מומיק: יודיט קראָנענפעלד, שרה וויים, עליאס בערקאָוויטש, אנא. טעפנער, לולו עלינאָווסקי, אבראשא גאָלדינער, ווילי בעקער, לעאָני וואלדמאן און סיידי גליק. מיט טאַלענט האָט אויפגעטרעטן און געזונגען ,,הייסע באָבקעלעך" ח'טע העגי לעוויסיריבער. דער טאנץנומער אינעם באר איז אויסגעפירט פון אידיסא רווויגסקי, ששרה װײס און העני לעוויס-ריבער אויף א געלונגעם אופן.
דער שוישפּילער יוליאן שווארץ האָט רעאלוזירט מיט טאלענט זיין ראָ? אלס ורח. עס האָבן נאך מיטגעווירקט ביים דאָזיקן ספּעקטאק? די שוישפּילער: איזי כאוויס, וװיקטאָר טולענפעלד, ארי פורמאן, הערבערט ווילדהאָרן, העלען ווייס" מאן, מארקו גליקמאן, סאָנוא גורמאן, קלארא גאטליב, איזו וויינער, ערנא עטינגער א. א.
דער חבר חיײים שואוצמאן האָט אויף א מייסטערהאפטן אופֿן הארמאָניזירט און אינטערפּרעטיהט די גאָלדפאדענישע מוזיק און ארויסגערופן אומאויפהערלעכע ווארעמע אפּלאָדיסמענטן ביים צושויער-עולם.
דער שיינער דעקאָר--- װואָס האָט אויף אייניקע ערטער דעם חסרון פון צישיינקייט--איז געצייכנט פון אדינא רייך און לוּחו אלעס" סאנדרעסקו, אויסגעפירט פוז דער דעקאָראמיוואָפּטיילונג ביי דער טעאטער-סעקציע.
די קינסטלערישע רעזשי איז אויסגעפירט געװואָרן פון חבר ב. לַעבְּלֵי און דינא קֶעניג מִיט באהאוונטקייט און געפי?. דורך זייער אוכדערמידלעכער ארבעט האָבן זיי געשאפן א שיינעם ווערטפולן ספּעקטאק?. די טעכנישע רעזשי האָט אויסגעפירט חבר י. לאזאר מימ פּינקטלעכקייט און געניטסייט.
דאָס אויפפירן די ,כישופמאבערן" איז נאָך א באווייז אז דער בוקארעשטער יידישער מלוכה. טעאטער שטעלט אל?ע זיינע כוחות אין דינסט פון אויפקלערן די יירישע מאסן, אין קאמף קעגן די רעשטן פון פינצטערן נעכטן, פארן שאפן דעם אויפגעקלערטן, פּראָדוקטיוון נייעם טיפּ יידישן ארבעט-מענטשן װאָס בויעט צוזאמען מיט אלע ארבעטנדיקע מענטשן פון אונדזער היימלאנד די ר. פ. ר., די גליקלעבע זאטע צוקונפט.
בערל שנאבל
וועגן סאציאליעקאנאמישן מצב פונעם אקטיאר אין פּריציש-בורזשואזן רומעניע
אין דעם ארכיוו פון דער דאָקומענטירסעקציע ביי דער פעדעראציע פון יידישע קהלות פון דער ר. פ. ר. געפינען זיך א ריי אינטערעסאנטע דאָקומענטן אין פארבינדונג מיט די לעבנס-באדיננונגען פונעם אקטיאָר און יידישן טעאטער פון אמאָל.
די דאטן וועלכע מיר נוצן דאָ אויס זענען ארויסגענומען פון די חשבונות פונעם טעאטער ,זשיגניצא?"(זא? און נאָרטן). דאָס זענען זעלטענע דאָקומענטן, אנטדעקטע אויפן בוידעם פון דער געביידע, ווו ס'האָט אמאָ? געז יווינט י. ליבליך, דער דירעקטאר און בעל" הבית פון דער ,זשיגניצא".
,דער אקטיאָר ניט אסך רייד פאר ווייניק געלט. דער װאָס טרעט ארויף אויף דער בינע, גייט ארויף אין הימ?, ווו די שעה פאר עסן שלאָגט קיינמאָל"--- פלעג אמאָ? זאָגן מא-ז טעי מילאָ, כאראקטעריזירנדיק דערמיט די עז קאָנאָמישע פּאָזיציע וואָס דער אקטיאָר האָט געהאט אין דער קאפּיטאליסטישער ארדענונג, דער אקטיאר װאָס איז געווען צוגעבונדן צום
פאָלק. די ערשטע יידישע אקטיאָרן, די פון גאָלדי פאדענם צייטן אוֹן אויך די שפּעטערדיקע,
זענען ארויסגעקומען פון בעלי-מלאכות מיט ליבע צו טעאטער און פון משוררים. צוליב די גישטיקע געהאלטן וואָס זיי פלעגן באקומען, זענען אייניקע פון זיי געצווונגען געווען צו פּראקטיצירן אויך זייערע אלטע באשעפטיקונגען. דו דאָזיקע אקטיאָרן זענען אָבער מיט לייב איז לעבן געווען צוגעבונדן צום טעאטער, וועלכן זיי האָבן?ליידנשאפטלעך ליב געהאט, כאטש זיי האָבן געשפּילט אין די שווערסטע באריג;ונגען,= אין אימפּראָוויזירטע טרופּעס, פלעגן זיי אָבער נישט פארלאָזן די בינע, צו וועלכער זֵיי פלעגן פארבלייבן געטריי. בייטאָג פלעגן:יי ארבעטן זייער פאך, און אויפדערנאכט קומען צו רעפּעטיציעס אָדער צום ספּעלי טאק?. אס איז דער פאל? פון נאָלדפאדענס ערשטע אקטיאָרן: שכר נאָלדשטײין, א רימער און מאָנולֿעסלו,, א כאָריסט אין טעמפ? א. א. די רעפּעטיציעס פלעגן פאָרקומען ביי דע" שוואכער שיין פון א ליכט? אָדער קאנעצל, וויי? אין די יידישע טעאטעריזאלן אָדער גערטנער איז די באלויכטונג מיט עלעקטריש ליכט אָדער גאז נישט באקאנט געווען, ביז נאָכן יאָר 0. דאָם דרינגען מיר ארויס פון די הוצאות ואָס זענען איינגעטראָגן אין די חשבונות אונטערן טיט?: ליכט פאר דער בינע און פארן לאָמפּן-צינדער. די אקטיאָרן, כאָטש באגאבטע, האָבן כמעט אלע געהאט א נידריקן קולטורעלן ניוואָ, אייי ניקע זענען אפילו געווען אנאלפאבעטן. זיי פלעגן אוױיסלערנען די ראָלן, איבערחזרנדיק דו רעפּליקן נאָכן סופלער. אליין אָדער אין כאָר. באליבטע פון די מאסן פאר זייער טאלענט, האָבן זיי נעהאט אויסצישטיין דעם חוזק פון דער בורזשואזיע. ,היט אויך, פארראָמט דעם מושטאר, וויי? ס'קומען די אקטיאָרן!"--- פלעג
שרייען דער בעל-הבית צו די קעלנערס, ווען אקטיאָרן פלעגן אריינקומען אין רעסטאָראן. טאליאס כהנים פלעגן קוים האָבן אויף ברויט מיט מושטאר, וויי? פאר א בעסער עסן האָט זיי נישט געקלעקט דאָס פארדינסט.(וו. מאץקסימיליאן און ניקולעסקו-באסו: ,זכרונות פון טעאטער").
א אילוסטראציע וי אזוי די יידישע בורזשואזיע האָט געקוקט אויף די יידישע אקטיי אָרן, איז דער פאָלגנדיקער פאל; א יידישער בעל-הבית פון יאס, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פארדינגען גאָלדפאדענען זיין גאָרטן פאר דעם זומער-סעזאָן פון יידישן טעאטער מיטן אויסרייד: ,איך קאָן נישט דערלויבן אז יידישע אקטיאָרן זאָלן באשמוצן די בינע!"
ווען שמוא? לערעסקו, דער זון פון א יאסער סוחר, איז געוואָרן אן אקטיאָר, האָט אים די משפּחה אריינגעלייגט אין חרם און יאָרן-לאנג אים נישט דערלויבט צו קומען קיין יאס זיך זען מיט דער משפּחה, כאָטש ער פלעג שפּילן אין דער מאָלדאָווע און אָפטמאָל נאָענט צו זיין געבורטס-שטאָט. אן אקטריסע איז געווען פארעכנט וי א גאסן-פרוי.
כדי אויסצולערנען די שוישפּי?ל-קונסט, האָבן ברעזעאנו, נאטארא און אנדערע, געמוזט אנטלויפן פון דער חיים און ליידן יאָרנלאנג הונגער, נישט געשטיצטע פון צייט פון זייערע לערןהיאָר, אזוי אז די שטעלונג צו אקטיאָרן און טעאטער איז געווען דו זעלבע יסיי. מצר דער יידישער סיי מצר דער רומענישער בורזשואזיע.
אנאליזירנדיק א חשבון פון דעם גאָרטן ,זשיגניצא", דאטירט 8 מערץ 1892 וי אויך אנדערע חשבּונות פונעם זעלבן יאָר, געפינען מיר אז מען פלעג שפּי?ן העכסטנס צוויי ביז דריי פאָרשטעלונגען א וװואָך, מיט האלבע אָדער דריי-פערט? ליידיקע זאלן אָדער גערטנער. די הכנםה פונעם פפּעקטאק? מיט דער פּיעסע ,מישקע-ימאשקע", דעם 95יטן מאי 1892, באטרעפט 118.80 ליי. די צאָ? צושויער איז געווען 80, אין א זא? פון 919 פּלעצער.
ביי דער פאָרשטעלונג פון 5-טן אפּרי? 1916 (מאטינע), האט מען פארקויפט פאר 78 לוי בילעטן צו 56 צושויער.
אט דער שוואכער באזוך איז נישט וויי? דער טעאטער איז נישט באליבט געווען ביי די מאסן, נאָר צוליב זייערע באנרענעצטע מאטעריעלע מעגלעכקייטן.
פון די חשבונות פון יאר 1899 דערוויסן מיר זיך, אז דער דורכשניטל?עכער לוין פון אן אקיטאָר, איז געווען 2 ליי פאר א נאכטפארשטעלונג און 1?יי פאר א מאטינע.
פון די געפאָרשטע חשבונות פירן מיר אויס אז די אקטיאָרן וועלכע האָבן געוואָלט ברענגען די משפּחות אין טעאטער, האָבן געמוזט באצאָלן די פּלעצער(דער חשבון פון 24-טן מאי 1899 ביי הוצאות: סעגאלעסקו 2 בילעטן 2 ליי) דאָס הייסט, אז פון דעם וװואָס אן אק" טיאָר האָט כבאקומען אן אָוונט-- ווען ער
קיינעם, אין דער,
האָט געשפּילט--- איז אים קוים געווען גענוג צו קויפן פאר זיין משפּחה 2 בילעטן, דריטן ראנג.
אי א דיי חשבונות פון אפּרי? 1916, דאָס הייסט 24 יאָר שפּעטער, ווען די ווערט פונעם געלט איז געווען פי? קלענער ווי אין 1892, זענען די פּרייזן פון די בילעטן אין טעאטער זשיגניצא", אין דעם זעלבן טעאטער, רעדוצירט מיט 50 פּראָצנט. נאָר אפילו אָט די פֿרײיזן, לוט דעם עקאָנאָמישן מצב פון די יידישע מאסן, זענען געווען צו הויכע און זיי נישט געגעבן די מעגלעכקייט צו באזוכן אָפטער דאָס טעאטער.
אין 1816, שטארבט אין בוקארעשט אין נויט, דער גרינדער פונעם רומענישן טעאטער -- קאָסטאקי קאראדזשיאלע. לויט די צייטונגען פון יענער צייט, איז נאָך אים צוריקגעבליבן צוויי העמדער און א פּאָר גראָשן.
כדי צו העלפן מאטעי מילא(באוווסטער רומענישער שוישפּילער און דראמאטורג) איז נוימיק צו געבן פארשטעלונגען ווי די פון 6, ואָס ק. ד. יאָנעסקו האָט אָרגאניזירט ,לטוכבת דעם גלענצנדיקן קונסטל?ער מאטעי מילא וועלכער איז קראנק און געענגט(חאטעי מילאָ פון יאָן מאסאָף ז. 210); אומזיסט בעט מילא שטיצע ביי דער רעגירונג; ער איז געצווונגען צו באָרגן ביי די פּראָצענטניקעם און סוף כ? סוף מאכן דעם אָנשטע? אז ער איז געשטאָרבן, כדי צו באקומען הוצאוֹת צום באערדיקן, געלט מיט וועלכן ער זאָ? ווייטער אויסהאלטן און אויפהאלטן זיין טרופּע.
די הילף איז באשטעטיקט געוארן און מילא איז פּערזענלעך געגאנגען נעמען דאָס געלט. ,וו אזוי, דו לעבסט?"-- האָט איט א פארנאפטער געפרעגט דער באאמטער-די הילף איז דאָך פאר דער לויה!" אויף וועלכן מילא האָט געענטפערט: ,ווי אזוי?
מיך צו באנראָבן האָבן זי געלט און אויף צו לעבן קאָנען זיי מיר נישט העלפן?"
אֶט די געשעעניש דערמאנט אין גאָלדפאדענען, וועלכער האָט אויף דער עלטער געלעבט אין נויט, פון קיינעם נישט געשטיצט אָבער וועמענס לויה ס'האָט די בורזשואזיע געמאכט מיט גרויסער פּאָמפּע. גאָלדפאדנס פרוי--- פּאולינא--- וועלכע האָט נאָך איר מאנס טויט געלעבט אין מוראדיקער עלנט און נויט--- דערמאנענדיק פוז דעם אין א כריוו, באמערקט זי: ,,אטעריקע קעז שיין באגראָבן!"
כטעט אלע. אקטיאָרן פלעגן ליידן הונגער, קעלֿט און נויט. עס שרייבן וועגן דעם אוין זייערע. זכרונות,. סיי. די יידישע,. סיי די רומעז נישע אקטיאָרן.
ווער דערמאנט זיך נישט אין די יידישע אקטיאָרן פוז אמאָ?? הונגעריקע, אייביק יא גנדיק זיך נאָך אן הלוואה?ע, ארומגייענדיק זומער און ווינטער אין קאלאשן און וווינענדיק אין פינצטערע, נאסע, קאלטע קעלערס. אין די זכרונות װאָס איציק? גאָלדענבערג האָט געדרוקט אין דער ,ראמפּא" ביי דער פייערונג
פון זיינע 24 יאָר בינע-טעטיקייט, שרייבט ער: ,מיט זעלטענע פריידן און אָפטע צרות האָב איך אָנגעהויבן שפּילן טעאמער. באלוינט נאָר מיט עסן, וואנדערנדיק פוֹן שטאָט צו שטאָט, האָט ער געשפּילט אויף ירידים, אייניקע מאָל באצאָלט, מייסטנס אומזיסט, אָבער מיט דעם דירעקטאָרס פארזיכערונג אז סוףּ סעזאָן וועט ער אים מאכן אן אנצוג"
אוב אן אקטיאָר--- זאט פון דחקות, האָט געװאָלט פארלאָזן די טרופּע כדי זיך צו אנגאזשירן און אן אנדערער מרופּע אָדער זיך נעמען צו אן אנדער מין ארבעט, האָט מען אים געשטערט און געמסרט אז ער איז א דעזערטאָר", אז ,ער האָט פאלשע פּאפּירן" און אפילו אז ,ער האָט געגנבעט טעאטערזאכן"י:
צו הילף פון די אויסנוצערישע באלעבאטים, זענען געקומען אויך די בורזשואזיפּריצישע אָרדנונגס-היטער, די פּאָליציי-קאָמיסארן, וועלכע האָבן געהאט אויך געשעפטלעכע פארבינדונגען מיט זיי.
אייניקע סיגוראנצא-יאגענטן פלעגן ארויסנעמען דערלויבענישן אָנצופירן טרופּעס אָדער מאכן טעאטער-" אימפּרעסיאריאט.
אן עלטערער אקטיאָר טיילט אונדו מיט, אז אין 1918 יאָר, האָט מען געכאפּט אין פּיאטרא-נעאמץ דעם טעאטער-אימפּרעסאר און סיגוראנצע-אגענט הערמאן ברוינשטיין, גנבענדיק פון דעם איינקאסירטן געלט פון א פאָרשטעלונג. די אקטיאָרן האָבן אים ארויסגעװואָרפן פון דער טרופּע, אבער ער האָט זיי געמסרט אז זי זענען ,באָלשעוויקעס", אז' זיי זענען געקומען אין לאנד אריין מיט פאלשע פּאפּירן און אז זיי שפּילן פּיעסן מיט א סובווערסיוון אינהאלט.
די אקטיאָרן זענען באפרייט געוװואָרן נאָך דעם וואָס זיי האָבן געצווונגענערהייט געבעט! אנטשולדיקונג" ביי בראונשטיינען--- וועלכער האָט פאר זיי אינטערווענירט,
אט די זענֿען געווען די לעבנס-באדינגונגען פון די יידישע אקטיאָרן בֿשעת דער פּריצישערבורזשואזער הערשאפט.
ס'א חילוק וי פוּן טאָג צו נאכט דאָס חיינטיקע לעבן אונדזערס פון די אקטיאָרן פון די יידישע מלוכה-טעאטערס אין דער ר. פ. ר. אין פאַרגלייך מיט אונדזערע פאָרגייערס!
פאר אונדז האָבן זיך געעפנט ברייטע מעג" לעכקייטן פאר פּראָפּעסיאָנעלן וווקס און קינסטז לערישן אויפשטייג. אויף די בינעס פון די צוויי יידישע מלוכהיטעאטערס ווערן היינט געשטעלט מיט רעאליסטישע מיטלען, פֿיעסן מיט א מעכטיקן דערציערישן אינהאלט, וועלכע גיב-- אויך אונדז די אקטיאָרן די צופרידנקייט אז מיר ארבעטן פארן קולטוראליזירן די יידישע מאסן, אנטרענירנדיק זיי אין קאמף פאר שלום און סאָציאליזם.
יוליאן שווארץ,