Jahrgang 
162 (1951) נר. 162 6-טער יאָרגנג
Einzelbild herunterladen

848.110/951-סאן וס 1610 204 3 6:416ח16):0 1160 /:0031תק3 וחזס!ח00 6ז60:68ת0 מו ג:86ו= 418:פסק ,8 ­

9.סא 6-יטער יאָרגאנג

ֶ

װ

=55ע.;

| 8םזםעם8-זטאו

ופזוואס= וטאט 5868טסאסס 508 49888

4 13.95 ,זס!ו:סוֹא 8188): בּון-60 אדמינ.: קאלעא מאָשילאָר, 95. טעל. 5.09.04

פרייז לֵיי 5:16 וו}?

0 דעצעמבער 1951 מוחטואטסטם 30

געזעלשאפטלעך- ליטערארישער זשורנאל-- דערשיינט אונטער דער רעדאקציע פון א קאָמיטעט

צפינהאל'ט:

-- מיר בויען אָן דער בורזשואזיע, קעגן דעה בורזשואזיע און בעפער פוּן איר(ס' 8); -- אונדזער חיימלאַנד--- די ר.יפ. ר. געזונגען פון די יידישע דיכטער פֿוּן אליעור שמוטלס

(ז' 8);. = דוד רובין ,לעבן דער ברעטערזזעג", ראָ

| מאן,(רעצענזיע) פון י. האָראָװיץ=' 8);

|- די ציוניסטישע לאָזוננען וועגן ,אחדות

ישראל" און די ווירקלעכקייט, פוז ט. שטיין

;)6'(

|-- ס'אטאָל געווען...(חנוכהיגעדאנקען) פון

יע א. דהיירל(ז' 4);

2..186.8 2 ,3358 13)81*/.ז51 ,65/1יטסטג 980861:8-- פארשידענע ידיעות(ו' 4). רעדאקציע בוקארעשט. מאטעי באסאראב 2 ג. טעלי 4.36.22

זאל לעבן דער 4יטער יאָרטאָג פון דער רומענישער פאָלקסירעפּובליק!

ארט. 12.-- ארבעט איז דער גרונט­פּאקטאָר פונעם עקאָנאָמישן לעבן פון דער מלוכה. זי איז א חוב פאר יעדן בירגער. די מלוכה טיילט צו שטיצע פאר די אלע וועלכע ארבעטן, כדי זיי צו בא" שיצן קעגן עקספלאָאטאציע און כדי צו העכערן זײער לעבנס-ניוואָ.

ארט. 16.-- אלע בירגער פון דער רומענישער פאָלקט-רעפּובליק, אָן אונ­טערשיד פון געשלעכט, נאציאָנאליטעט, ראסע, רעליגיע, אָדער קולטור-מדרגה, זענען גלייך פארן געזעץ.|

ארט. 17.-- יעדע אגיטאציע אָדער מאניפעסטירונג פון ה אס קעגן ראסע אָדער נאציאַנאליטעט ווערט באשטראָפּט פונעם געזעץ.

ארט. 19. די בירגער האָבן רעכט אויף ארבעט. די מלוכה פארזיכערט בהדרגהדיק די דאָזיקע רעכט דורך דער אָרגא:יזי­רונג און פּלאנמעסיקער אנטוויקלונג פון דער נאציאָנאלער עקאָנאָמיע,

ארט, 24.-- איץ דער רומענישער פאָלקסדרעפּובליק האָבן אלע מיטלעבנ" דיקע נאציאָנאליטעטן דאָס רעכט צו באנוצן די מוטער-שפראך און אָרגאניזירן דעם לימוד פון אלע גראדן אין דער מוטער-שפראך.

ארט. 27.-- די פרייהייט פון געז וויסן און די פרייהייט פון רעליגיע. זע­נען גאראנטירט פון דער מלוכה.

די רעליגיעזע געמיינדעס זענען פרײַ צו אָרגאניזירן זיך און קענען פֿרײַ פונקציאָנירן אוב זײערע מנהגים און זייער פּראקטיק זענען נישט אין קעגנזאץ צו דער קאָנסטיטוציע, געזעלשאפטלעכער זיכערקייט, אָדער קעגן דער געזעל­שאפטלעכער מאָראל.

ארט. 81.-- די פר?ַהייט פון פּרע" סע, װאָרט, פארזאמלונגען, פּראָצעסיעס און מאניפעסטאציעס איז גארא:טירט.

די מעגלעכקייט פון אויספירן די דאָזיקע רעכט איז פארזיפערט דורך דעם װאָס די מיטלען פון דרוקן, דאָס פאפיר און די פארזאמלונגס-ערטער זענען. אין דינסט פון די ארבעטנדיקע,

(פון דער קאָנסטיטוציע ר. פ. ר.)

פיר יאֶר רומענישע פאָלקסירעפּובליק

דעם 80-טן דעצעמבער ווערן פיר יאר זינט דאָס נאנצע ארבעטנדיקע פאלק פון אוֹנדזער לאנד האָט מיט א הילכיק באגייסטערט קול אויפגערופן: סיואָל לעבן רי רומענישע פאָלקט­רעפובליק! די לעצטע מויער אין וועלכער די רעאקציע פון אונדזער?אנר האָט זיך נאָך געשטיצט, איז זיך צעפאלן. דאָס יאר 8 האָט אריינגעשטורעמט פול-מיט ליכט און מיט האָפענונג אינעם לעבן פון דער ניי­

אנטשטאנענער רעפּובליק. דאָס פאלק האָט פארטריבן מיט צאָרן די בלוטיקע האָהענצאָ"

לערנם וועלכע האָבן כמעט א יאָרהונדערט אויסגעזויגן דעם מארעך פונעם פאלק. אומ­צאָליקע זענען געווען די ווונדן װואָס די מאָני ארכיע האָט איבערגעלאָזט אויף דעם געמאה טערטן נוף פונעם פאָלק. די טייכן בלוט פון די ארעמע פּויערים װאָס איז פארגאָסן געוואָרן אין יאָר 1907; די ארגאניזירטע שחיטות אויף ארבעטער אין יאר 1918; די מערדערישע אק-י צועס אין לופּען און אין גריוויצא-- האָבן אָנגעזאמלט א ריזיקע כוואליע שנאה ביים ארבעטנדיקן פאלק פון רומעניע; א כוואליע וועל" כע האָט מיט איר שטורמישן ברויז אוועקגעקערט די מערדער.

מיר קאָנען נישט פארגעסן אז דער גרויסער אקט פון 80ֿיטן דעצעמבער 1947, איז דער" מעגלעכט געװאָרן נאָר א דאנק דעם בּאפרייען אונדזער לאנד דורך דער סאָוועטישער ארמיי.

די פֿענדער וועלכע זענען נאָך דער צווייטער וועלט-מל?לחמה באזעצט געוואָרן פון די אימ­קּעריאליסטישע ארמייען האָבן נישט מער ווי געביטן דעם בע?-הבית.

הינט,= ווען מיר געפינען. זיך שוין אין פּערטן יאר זייט דער גרינדונג פון אונדוער רעפּובליק, קענען מיר מיט שטאָלץ באהויפּטן אז אונדזער לאנד, אָנגעפירט פונעם אוואנגארד פונעם ארבעטער-קלאס, איז געגאנגען פון זיג צו זיג, פון דערפאָלג צו דערפאָלג אינעם גרויסן ווערק פוז בויען דעם סאָציאליזם. וויפי? ווונ­

דערבארע זאכן זענען אויפגעטאָן געוואָרן אין משך פון די לעצטע פיר יאָר! דאָס ארבעטנ­דיקע פאלק איז אריין אין באזיץ פון די גע­וואלטיקע פֿארמעגנסם וואָס די בורזשואזיע, בראש מיטן מלך, האָבן דורך רויב אָנגעזאמלט אויפן חשבון פון דער האָרעפּאשנער באפעל­

/קערונג. אויף די 18.000 העקטאר אקער-פעלר

וואָס זענען געווען אין רשות פון די הּאָהענצאָ לערנס צעבליען זיך. אצינד רייכע מלוכה- און קאלעקטיווע ווירטשאפטן וועלכע גיבן ברויט אונדזער ארבעטנדיקער באפעלקערונג. די אומ­ענדלעכע וועלדער וועלכע האָבן געהערט צו דעם מלך און זיין קליקע, געהערן היינט רעם ארבעטנדיקן. פאָלק. אינעם פּאלאץ פון קאָט­ראטשען פארוויילן זיך היינט די קינדער פון די ארבעטיטענטשן. דאָרט איז איינגעאָרדנט געװאָרן דער פּיאָגערן-פּאלאץ. אינעם קעניג­לוכן פּאלאץ וועלכער איז פארוואנדלט אין א מוזיי, קומען היינט די ארבעטימענטשן אנקוק! די קונסטיווערק פון אונדזערע מאָלער.

דער גרעסטער אויפטו אין אונדזער רעפּוב" ליק איז, דער ריזיקער פארמעסט אינעם בוי פוז סאָציאליזם. דער פינףדיאָריפּלאן איז אויפגע­נומען געוואָרן מיט באגייסטערונג פון די אר­בעטנדיקע מענטשן. א דאנק דער פּֿאָזיטיווער הילף פונעם סאָוועטן-פארבאנד דערהויבן זיך ווונדערבארע סאָציאליסטישע בנינים. דער דוֹ­ניי-שווארצער-ים-יקאנא? וועט אויפלעבן די וויסטע געגנט פון דאָבראָדזשע, די הידרא­צענטראלעסם וװואָס ווערן געבויט אויף דער ביסטריץ און אויפן אָלט, וועלן אריינפורן ליכט אין די ווייטסטע ווינקלען פונעם לאנד.

די סאָציאליסטישע פארמעסטן האָבן בא­נייסטערט מאסן ארבעטנדיקע מענטשן אויף אלע צווייגן פון דער פּראָדוקציע. נאָר אין דער לייכטער אינדוסטריע אליין האָבן 170 אונ­טערנעמונגען שוין דערפולט פארטערמיניק די התחייבותן אויף דעם יאָר, און זי ארבעטן שוין אויפן חשבון פונעם יאר 1959. אויך אין דער מאשינעץ-בוי-אינדוסטריע, וואם שפּילט

א וויכטיקן ראָ? אין דער סאָציאליסטישער קאָנ­סטרוקציע, ארבעטן 29 פאבריקן אויפן חשבון פונעם יאָר 19592,

דער גרויסער אויפשווונג פון דער אינדוס­טריע האָט געבראכט אויך א באדייטונגספולן וווקס פונעם לעבנסיסטאנדארד פון די ארבעטנ­דיקע מאסן. ס'ווערן אויך אויפגעבויט נייע וווינונגען פאר די ארבעט-מענטשן; אלץ מערער פון זי האָבן די מעגלעכקייט צו פארברענגען זייער אור?ויב אין די ווי?עס ביים ים, צי אויף די בערג, ווו ס'פלעגן פריער זיך באָדן אין אלדאָם. גוטס די רייבע. סוחרים און. פאברי­קאנטן.

גרויסע דערפאָלגן זענען צו פארשרייבן אויפן געביט פון דער קולטור-רעוואָלוציע. דאָרט וי די בורזשואזיע האָט מורא געהאט אריינצוברענ­גען דאָס ליכטיקע װאָרט פון קולטור כדי די פּשׁו טע מענטשן זאָלן נישט געווויר ווערן ווער ס'איז שולדיק אין זייער ארעמקייט, ווער ס'איז זייע­אמתער שונא, דרינגט. אריין, אונטער דער זאָרג פון דער רומענישער ארבעטעריפּארטיי, בילרונג, ליטעראטור, קונסט א. א. וו. די צאָל פון קולטור-היימען איבערן לָאנד איז היינט שוין 11.000 און. האלט אין איין וואקסן.

א דאנק דער זאָרג פון דער רומענישער ארי בעטער-פּארטיי פֿארן געזונט פונעם פאָלק, איז אין דעם יאָר אליין די צאָל פּאַליקליניקעס געוואקסן מיט 400 פּראָצעגט.

די דאָזיקע דערפאָלגן זענען אָבער נישט לויטן געשמאק פון אונדזערע שונאים. זיי, די אמע­ריקאנער און ענגלישע אימפּעריאליסטן האָט געפעלן ווען מיר זענען געווען ,דאָס לאנד פון מאמעליגע"; ווען די בורזשואזיע האָט זיי אוועקגעשענקט די גיטער פונעם לאנד ווען זיי זענען געווען די באלעבאטים פון אלע אונדזערע רייכטימער.. זיי האָבן שטארק חשק צו זען אונדזערע שולן פֿארוואנדלט אין חורבות, פוז זייערע אטאָמישע באָמכעס. דערפאר אָרגאניזירן זי און האָדעווען די פארעטער פון אונדזער לאנד, די ראדעסקום, פילדערמאנס, ווישאָיא?

נוס א. א.; דערפאר באוואָפענען זיי די פא" שיסטישע טיטאָ-באנדע פון בעלגראד, און זיי צום קאמף קעגן שלום-לאגער. זיי פאראשוטירן שפּיאָנען אויף אונדזער טעריטאָ­ריע, וועלכע זאָלן אויספירן זייערע פארברעכע­רישע צילן.

די איבער 11.000.000 מענטשן וועלכע האָבן' געחתמעט ביי אונדז אין לאנד פאר שלום, דערווייזן אָבער אז אלע פּרווון פון די דאָזיקע פארברעכערישע שונאים, שלאָגן זיך אָן אין א גראניט-פעלדז ביי וועלעכן זי וועלן זיך ביזן סוף צעשמעטערן די קעפּ.

אין כאָר פון די שונאים פון שלום הערט זיך אויך דאָס קו? פון דער ציוניסטישער באנּדע װואָס פירט אָן די מדינת ישראל. פאר בןגוריונען זענען פארעטער אלע די װאָס ווילן נישט גיין אין א מלחמה קעגן סאָוועטן-פאר­באנד און די פאָלקס-רעמאָקראטישע לענדער. ער האָט זיך אפילו איבערגעבעטן מיט די נאי צישע מערדער פון מערב-דייטשלאנד, בכדי זיי זאָלן קאנען אַנטיילנעמען---מיט זי איניינעם--­אינעם קריג קעגן שלום-פראָנט. זיי טראכטן אוים די נידערטרעכטיקסטע רכילותן אויף אונדזער לאנד און פּרווון נאָך היינטיקן טאָג צו פארפירן די אָרנטלעכע יידישע ארבעט-מענטשן קיין ישראל, כדי אויסצופולן די רייען פון אימפּעריאליסטישן מיליטער וואָס איז געווענדט קעגן סאַוועטן-פארבאנד. די יידישע ארבעט­מענטשן פון אונדזער לאנד, פארברידערט מיט די ארבעטנדיקע פונעם רומענישן פאלק און מיט די פוז די מיטלעבנדיקע נאציאָנאליטעטן, נע­מען אלץ אקטיווער אָנטיי? אין קאמף פאר שלום, פארן. אויפבוי פון. סאָציאליזם.= די דערמאָלגן וואָם זיי האָבן דערגרייבט אין דער פּראָדוקציע, דערווייזן זייער פֿאטריאָטיזם און זייער צוגעהעריקייט צו דעם ארבעטער-קלאס פון אונדזער לאנד. זיי ווארפן אָפּ מיט פאר אכטונג די ציוניסטישע פּראָפֿאגאנדע און דעף­ווייזן אז זיי זענען שטאָלצע, ווירדיקע ביר­

ירויהין גרייטן

נער פון אונדזער רעפּובליק, אונדזער אמת

היימלאנד.