Jahrgang 
163 (1952) נר. 163 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

שלמה מיט. די טראפּאטשקעם איז געווען א געזונטער הויכער ייד מיט. ברייטע פּלייצעס און מיט אן אָפּגעברענט קיילעכדיק פּנים פון וועלכן ס'האָבן ארויסגעלייכט צוויי גוטע גרויסע אויגן. פון אונטער זיין קאשקעט? זענען שטענ­דיק ארויסגעפלויגן בינטלעך שווארצע קוטשע­ראָווע האָר. גערופן האָט מען אים שלמה מיט די טראפּאטשקעס וועגן זיינע צוויי לאנגע הענט מיט די ברייטע נרויסע דלאָניעס וװואָס זענען פארהארטעוועט געווען וי לעדער. דער נאָמען איז אים געקומען פון דעם וואָס אין א טאֶגֿ, קיין יאר נישט אפילו נאָך דער חתונה, איז אים זיין ווייב שיינד? שלאף געוװואָרן און איז אָפּגעלעגן נישט איצט געדאכט קארגע פיר וואָכן. אמאָ? האָט זי אים געבעטן ער זאָל נעמען דאָס קישן און זאָל עס אביסל אויסקלאפּן אין דרויסן. שלמה איז ארויס­געגאנגען אין הויף, האט זיך אוועקגעשטעלט פאר דעם הילצערנעם פּלייט? און האָט אָנגעה הויבן קלאָפּן דאָס קישן מיט זיינע צוויי גרוי­סע הענט. דאָס האָט דערזען בראנעלע די פּיס­קאטע, די שכנטע פון אנטקעגן, און האָט זיך זייער צעלאכט און צעשריגן אויף א הויך קול;

-- /שלמה פארוואָס נעמט איר נישט די טראפּאטשקע(?"

= וואָס איז, און מיינע צוויי טראפּאטש­קעס זענען שלעכט?" האָט איר שלמה דארויף געענטפערט.

בראנעס איציקישפּיציק, װאָס איז פּונקט גע­ווען פארנעמען אָנְצוּטשעפּען דעם טערקאטן יקאטער א פּידעלע ביים עק, האָט אוודאי דאָס אויך דערהערט, װאָרעם וואָס העהט ער דען נישט? האָט ער אָפּגעלאָזט דעם קאָטער, איז אריבער געשפּרינגען איבער דעם צעבראָכענעם גאניק?, האָט צונויפגערופן א גאנצע כאליאס­פֿרע זיינע גוטע ברידער, וװואָס האָבן זיך גע­שפּילט אין שטיינדלעך און זיי געזאָגט;

-- ,קומט גיכער, וועט איר זען שלמהן מיט די טראפּאטשקעס!":

און מיט אמאָל איז געוואָרן א רעש און גע­רידער לעבן שלמהס פּלייטל;

שלמה מיט די טראפּאטשקעס! שלמה מיט די טראפּאטשקעס!"

בראנע די פּיסקאטע איז צו מיט א געוואלר צו איציק-שפּיציק אוּן האָט אים אָנגעכאפּט ביי זיינע?אנגע צוויי אויערן::

-- ,באלד על איך דיר געבן טראפּאטשקעס, דו שאָ?טיק! איך ווע? דיר שוין ווייזן טרא" פּאטשקעס!"

נאָר פון דעמלט אָן ווען זי רופט שלמהן, רופט זי אים, שלמה מיט די טראפּאטשקעס, אזוי האָט זיך צעטראָגן פון מוי? צו מויל דער נאָמען איבער דער גאנצער באָדנערגאס און שלמה איז נישט ברוגז געוואָרן. װאָרום אז בראנע הייסט די פּיסקאטע און משה, משֶׁה בארבאָליע און ברוך, וואָס רעדט הייזעריק, ברוך גאָרג?, טראכט ער זיך.

-- ,ואס קאָן מיך ארן אז זיי רופן מיך שלמה מיט די טראפּאטשקעס?"

פינף יאר זענען פארגאנגען פון זינט מען האָט אים צום צווייטן מאָל א נאָמען גענעב;

,איקוףיבלעטער"

אויפן באָדנערגעסל

(סקיצע)

און דאָסמאָ? אויך אֶן לעקעך און בראנפן קוואטערשאפט האָט גענומען דאָס גאנצע באָדנערגעסק, ווו שלמה איז פֿארבליבן וווינען אין זיין שטוב און קיִב?. מ'שטיינס געזאָגט א שטוב! פון די ווענט גיסט זיך און צומאָ? ווען סע רעגנט וואָלט נישט שלעכט געווען אויפצו­עפענען א שירעם, וויי? דער רעגן האָט אויפ­געפרעסן די דראניצעס פון דאך.

--;אזא יאר אויף אברהם גרינשפּאן דעם באלעבאָס פון דער שטוב, טראכט שלמה, װאָס ארט עס אים וי אזוי איך וווין, אבי ער האָט די צוויי שטעקיגע הייזער אויף דער גרויסער גאס און די. אָלייניצע, די באמוו?-פאבריס מיינט ער.

וויפ?ל מאָ? האָט שלמה נישט גערעהט מיט אים ער זאָל אים עפּעס נאָבלאָזן פונעם דירה­געלט! וויים איך װאָס, ער האָט אים געהערט וי די קאץ!

= וואָס, פאר אזא שִׁטוב ווייניקער?--­פלעגן זיך אים די אויגן אנצינדן פאר כעס --- פֿאר אזא טייער הויף מיט אזא טייערע שטאל, ווילט איר צאָלן ווייניקער 4 מערער שלמה} דאנקט גאָט װאָס איך ווארף אייך נישט ארויס, מערער דארף איך ביי אייך נעמעז, און גע­דענקט אויב איר וועט מיר נישט באצאָלן צו דער צייט, ווארף איך אייך ארויס אויף דער גאס. מיט אזעלכע פייג? וי איר ער איך גיך

(פארטיק./

אזוי האָט אים גרינשפּאן שטענדיק געענט­פערט און איז געקומען מאָנען יעדן חודש דאָס דירהיגעלט, עטלעכע טעג פריער, גלייך אָן דעם װאָלט זיין ווייב נישט געקאָנט שבת מאכן. שלמה האָט געשוויגן, נאָר ער האָט געפילט וי די נעגל? פון די פינגער גראָבן זיך אים איין

. טיף און מיט ווייטיק אין די ברייטע דלאָניעס,

פון דער שטוב אָבער האָט ער זיך נישט ארויס­געצויגן, וויי? מער פון-איר האָט איום גע-ז בינען דאָס שטעלכ? און די אָפענע קאמער ווו ער האָט געהאלטן זיין פערד און וועגעלע. א פערד האָט שלמה געהאט א שימ? מיט א קליינעם קאָפּ, מיט א לאנגער ווייסער גריווע, מיט צוויי גרויסע קלוגע אויגן און?אנגע דינע פיס וואָס זענען געלאָפן אין שנעלסטן גא" לאָפּ. דער. װאָגן זיינער איז געווען א ירושה פון זיין טאטן און דווקא נישט קיין פּראָסטער. געהאט האָט ער א הויכן געלאטעוועטן און צוזאמענליינבארן דאך און. פיר רויט גע­פארבטע רעדער, און געהייסן האָט ער פיאקער, און געווען איז ער שווארץ, דאָס הייסט שווארי איז ער אמאָל געווען ווייל פון די יאָרן איז אים אראָפּגעקראָכן דער לאק. און ער איז געוװואָרן געטשעקעט. שלמה האָט זיך איבער דעם שטעני דיק געוויצלט און געזאָגט אז ער איז, איר זאָלט מיר מוחל? זיין, געװאָרן פּארעכעוואטע. דאָס האָט ער אָבֿער געזאָגט מִיט ווייטיק, וווי? וויפל ער האָט זיך נישט געסטארעט צונויפצולעגן א פּאָר ליי אויף אים ווידער אָפּצופארבן, איז זיך

פון ה. א. שטאָלפּער

דאָס געלט צעקראָכן באלד'אויף ברויט, באלד אויף האָלץ פאר ווינטער, צי אויף די פּיצלעך

צוויי קינדער װאָס שיינד? האָט אים גע" שאָנקען...

== שטוב איז וי א לעבעדיק נפש, האָט ער זיך שטענדיק באקלאָגט פאר זיינע גוטע ברידער וואָס האָבן אויך געהאט פערד און וועגעלעך און וואָס זענען אויך געשטאנען פּונקט וי ער און זיך ארויסגעקוקט די אויגן נאָך א קונה לעבן דעם גערטנד? מיט רויטע רויזן און גרינע בענק.

אזוי זענען שלמהן פארגאנגען די טעג און די יאָרן, זיצנדיק אויבן אויפן באָק, רויכערנדיק א ציגאר און פאָרן צוויי מאָ? אין טאָג צו דער באן ווען דער צוג פוז בוקארעשט פלעג קומען, און ביי נאכט ווען ער איז אוװועקגעפארן... פּרנסה איז פון דעם ווייניק ארויס, און אָפט­מאָל האָט ער נישט גענומען ראָס פונט פלייש אויף שמת, ער זאָל קאָנען קויפן מישאן, דעם פערדל זיינעם א באניצע מיט האָבער. שיינרל פלעג דעמלט וויינען און זיך פארשעלטן די יאָרן װאָס זי איז געבוירן געוואָרן, נאָר שלמה האָט געשוויגן און ווען זי איז רואיק געוואָרן איז ער צו איר צוגעגאנגען, האָט זי געגלעט איבערן קאָפּ, איר אויפגעהויבן דאָס ווייסע קיילעב­דיקע בערד? מיט זיינע גרויסע, גראָבע פינגער און איר געזאָגט: ,וויין נישט שיינדעלע, דאָם פערד? באדארף דאָך אויך עסן, ס'איז דאָך מיין פֿרנסה..."

== ,ואָס האָב איך פון דיין פּרנסה, אז יי גיט נישט קיין ברויט?!...

דאָס האָט שלמהן זייער וויי געטאָן, װאָרו זי איז געווען גערעכט, אָבער זאָגן: אים נישט באדארפט.

-- ,ווער איך דען ווייניק'פארשווארצט! שטיי איך דען נישט ביי די גרעסטע שלאקס­רעגנס דרויסן?. און ווינטער ווען דער פראָסט ברעכט די ביינער, זיץ איך דען אין דער היים ,שיינדעלע /? בין איך דען שולדיק אז מיין טאטע האָט מיך גאָר נישט געקענט לערנען און מיך נאָר אין חדר געשיקט? און וואָס האָט שוין משה, אז ער האָט אויסגעלערנט שניירע­רײי, ווערט ער דען ווייניק פארשווארצט און טראנדאפיר דער שאָפער, ווערט ווייניק אויס­געריסן 4 זיין נוטן ברודער טראנדאפיר איז ער צומאָ? אָבער געווען מקנא, כאָטש זיצט. ער אין א פארמאכטער קאבינע... לאָז נאָר, לעבן מיינס, וועסט זען אין א טאָג וועט זיך דאָס רעדעלע פאר אונדז אויך איבערדרייען, וועט זיין ברויט אין שִׁטוב און שיכעלעך פאר די קינדער און קליידעלעך פאר דיר...

= ,און א בעט פאר די קינדער וועלן מיר קויפן, שלאָגט. אים שיינד? איבער און דיר א פּאָר נייע שטיוו?..." אזוי בעטן זיי זיך איבער און חלומען צום טאָג ואס וועט קומען...

.

אויפן הר-הכרמ? איז קי?, לופטיק און שטי­לער וי אומעטום. די ברענענדיקע היצן זענען דא מילדער. די ביימער און די גערטנער דער­לאָזן נישט אז די הייסע זוניקע פונקן זאָלן דערגיין אהער,:

דער מיטללענדישער ים קוקט ארויף מיט בלאע, פארבענקטע אויגן צו די ווייסע, פּרעכ­טיקע ווילעס, איינגעטונקענע אין בלומען און בענקט אוודאי וי די איינוווינער פון. די אָרע­מע, ענגע, אונטערשטע קווארטאלן נאָך א ביסל פרישע. לופט. 5 84

נייע אמעריקאנער. ביואיקקפ, פּעקארדם אוי­טאָמאָבילן טראָלן זיך הין און צוריק איבער דו גאסן מיט גאווח, מיט אָנשטע? ווי אויף א פיטער עוועניו, פּאראד.

דאָ יאָגט מען זיך נישט, דא שטופּט מען זיך נישט. דאָ זוכט מען שוין נישט מיט אומ­רואיקע אויגן מיט וואָס א טאָג איבערצוקומען. דאָ האט מען שוין געפונען. דאָ גייט מען גע­לאסן. דא פילט מען זיך. וי בי זיך אין דער היים.

דאָ וווינט די יידישע בורזשואזיע, וועלכע איז נעקומען אהער אין די דרייסיקער יאָרן פון דייטשלאנד מיט זייערע. פארמעגנס און זיך דאָ איינגעאָרדנט אין לוקסוס און אין דחבות. אין צייט פון קריג זענען זיי נאָך ריי­בער געוואָרן.!

דאָ אויפן בארג פעלן נישט קיין קינרער­היימען, קיין שולן, קיין ניאניעס, קיין דינסטן, קיין דינער. און באדינער.

דאָ פעלן אויך נישט קיין קאבארעטן, לוק'

פוס-האָטעלן, קאפעען און אנדערע מינים פאר­ווילונגס-פּלעצער.

פיין געקליידעטע דאמעץ אין ווייסע האנטשז און גרויסע שטרויענע היט, שפּאצורן= זיך לאננזאם מיט זייערע הינטעלעך איבער די נאסן און דערציילן זיך אויף דייטש די נעכטיקע גליקז

א שפּאציר אויפן הר"הכרמל

פון דאָרע טייטלבוים

ביי די קאָרטן און די לעצטע רכילות פון זיי ערע שכגים.

איינע פון די שענסטע ווילעם אויפן בארג געהערט צוֹ א דייטשן ייד--- א סוחר פון בוי-מאטעריאלן. ער איז אין ציים פון קריג געװאָרן א מיליאָנער. אין זיין גאָרטן געפינען זיך די פארשידנארטיקסטע בלומען. ספּעציעלע פאכלייט האָבן זיך פארנומען מיט יעדן בוים, מיט יעדן קווייט און יעדן גרעזל.

דריי ארבעטער זענען אָנגעשטעלט אויפצו­פּאסן אויפן גארטן. אין איינעם פון זיינע ווינקלען געפינט זיך א וואסער-באסיין, וו עם שׁווימען ארום לעבעדיקע קארפּן.

די באלעבאָסטע איז זייער שטאָלץ מיט אי­גארטן. זי פארברענגט דאָרט גאנצע טעג און האט אפילו ליב אליין ארומצושניידן די בל מען, און זעען דורך די שווארצע זון-נלעזער

{ וי פֿארביינייער שטעלן זיך אָפּ און קוקן מיט

פארווונדערונג אויף איר גוט.

צו אונדז איז זי זייער פריינטלעך, וויי? מיר זענען טוריסטן און מיר רערן ענגליש. זי דרייט אויס איר קאָפּ, וועלכער זעט אויס ווי אן איבערגעשטאנענע געלע דיניע, װאָס שטארצט ארוים פון א פולן, פארבונדענעם זאק, און פֿאדט אונדז איין צוֹ באזוכן איר היים, פֿאר וועלכער זי אליין האָט געמאכט דעם פּלאן און אליין דעקאָרירט.: | זי לייגט אוועסק די שער, די בלומען, טוט אויס די האנטשן און פירט אונדז ארום איבֿער איר גאָרטן, אָפּשטע?נדיק זיך ביי יעדן בוים, און דערציילט אונדז פון וואנען זי האָט אים געבראכט און ווים? מי און געלט עס האָט גער

קאָסט ביז ער האָט זיך איינגעוואָרצלט אין דער זאמדיקער ערד.

מיט גרוים פרייד פירט זי אונדז איבער די 4 צמערן פון איר הויז. זי באווייזט אונדז די מעב?, די דיוואנען, די וואזעס, די גארדינען אין די זאלן, קאבינעטן און געסט-צימערן, צו­געבנדיק פון וואנען יעדעס ארטיק? שטאמט און וויפ? שוועריקייטן זי האָט געהאט ביים אראָפּברענגען זיי קיין ישראל.

זאלכעדריט וווינען זיי דאָ. אמאָ? האָט דאָ געווויגט איר טאָכטער, היינט איז זי פאר­הייראט, נאָט צו דאנקען און האָט אן אייגענע היים, דערציילט זי אונדז א צופרידענע, א צע­שטראלטע פון די אייגענע רייד.

פארשידענע שטיקער מעב? פון פארשידענע צייטן און פארשידענע לענדער האָבן זיך דאָ צונויפגעטראָפּן ביי דעם דייטשן סוחר אין הויז, וי די פארשידנארטיקע מענטשן פון אלערליי לענדער און קלימאטן, וועלכע האָבן זיך דאָ צונויפגעזאמלט אין?אנד מיט דעם איינציקן אונטערשייד, וװואָס דאָס מעב? האָט מען אריינגעבראכט אין א היים, און מען היט עס און מען פּוצט עס און מען גלעט עס, אָבער די מענטשן זענען דאָך נישט קיין טעבל...

די באלעבאָסטע שעפּט נחת, וואָס מיר דרייען זיך ארום. איבער אירע צימערן, שטעלן זיך אָפּ אומעטום און קוקן זיך איין אוֹיף יעדן ארטיקל?. מיט. גרויס אינטערעס.

אין הויז שמעקט מיט געבראָטנס, מיט פריש געבעקס, מיט פיש. דער טיש איז גענרייט אין עס-יצימער. עס פינקלט פון די טעלער, פון דעם גלאָזווארג, פון די קרישטאָלענע. וויין-כוסות.

זייט 8

דאָס לעבּן אָבער איז נישט קיין חלום. גישג דעם צווייטן טאָג, און נישט דאָס צווייטע יאָר האָבן די קינדער געהאט נייע. שיכעלעך; פון שיינדלען און שלמהן שוין אָפּגערעדט. שווערע צייטן האָבן זיך געלאָזט איבער דעם באָדנער­געס?, איבער דעם גאנצן שטעטל, איבער דעם גאנצן לאנד. ביטערע צייטן.

אין דעם תמיד רעשנדיקן באָדנערגעס?ל האָט מען נישט מער געהערט בראנעס פּיסק, נישט מער שלמהס ,,וויאָ", שלמה דעם שניידער האָט מען נישט מער געזען גיין צו דער ארבעט און איציק-שפּיציק, דער שאָלטיק און דער גניבער איז געזעסן פארמאכט אין שִטוב און האָט ארויסגעקוקט פו? מיט פּחד דורך דעם פענצ­טער-מיט זיינע גרויסע שווארצע אויגן. אין מלחמה האָט ער זיך אָפט געשפּיל?ט מיט דעו כאליאסטרע זיינער,. אָבער פוז אזא מלחמה האט ער קיינמאָ? נישט געוווסט, נישט ער, נישט שיינדל, נישט שלמה..און נישט אסך, אסך אנדערע. דער רוב פון די מענעך איז ערגע'ץ פארשווונדן אין די ארבעטס-דעטאשאמענטן און די ווייבער האָב}ן באדארפט ארויסשלעפּן דאָם ביטער שטיק? ברויט וואשנדיק גרייט, צי וואשנדיק די בריקן ביי די רייכע סוחרים וועלכֿע זענען פארבליבן אין דער היים, א דאנק די קלינגערס. אזוי איז פארגאנגען די צייט אין שרעק און אין אננסטן ביז אין א שיינעם טאָג זענען ווידער ארויס די קינדער אין נאס, און די ווייבער האָכן ווידער אָנגעהויבן צו כאפּן א שמועס פאר די אָפענע שוועלן.. דאָס גאנ­צע שטעט? האָט אױיפגעאָטעמט וי נאָך א לאנגער, ביטערער קרענק. די געלע לאטעס זע­נען. אראָפּ פון דיי ברוסטן און די הערצער האָבן אָנגעהויכן שטארקער קלאָפּן האָפנדיק צו א ניי, פריי לעבן. אויף דעם ווידער אויפגע­לעבטן באָדנערגעס? איז צוריקגעקומען ברוך דער שוטטער און משה... אנדערע אָבער זע­נען אראפ פון די ברוסטן און דו הארצע­זענען זיי פֿארבליבן ערגעץ ווייט אויף די פעל­דער פון דעפּאָרטאציע צי ביי דער ,,מונקא אבליגאטאָריע". אין א זונטיק אין דער פרי

האט מען דערהערט פאר שיינדלס פענצטער בראנעס יעבץ. --=)קומט ארויס, גיכער, שלמה גייט!

שיינד? איז ארוים וי א בלוץ און כמעט דאָס גאנצע באָדנער-געסל איז אים אנטקעגן געגאנגען, אין שלמהס שטוב האָט געדויערט די פרייד א טאָג און צוויי... אָבער פון פרייד קאָן מען נישט זאט ווערן. שלמה האָט זיך ווידער גענומען זיין פערד און וועגעלע און ווידער איז ער געשטאגען פאר דעם קליינעם גערטנד מיט רויטע רויזן און גרינע בענק אין וועלכן עטלעכע באצירט מיט רויטע שטערן זענען געשטאנען וי א לעבעדיקער עדות און האָבן דערציילט אז שלמהפ לעבן און דאָס לעבֿן פון טויזנטער אנדערע פּשוטע מענטשן איז געראטעוועט געװאָרן א דאנק די קרבֿנות פוֹן ווונדערבארע העלדישע זעלנער. (המחשוך אין קומענריקן נומער)

מצבות

-- ֿפ טֿֿפ---ט'ֿפפ--ׂ:------­

צוויי תימענער מיידל?עך אין ווייסע פאר­טעכלעך ארבעטן אין קיך, אָבער זיי מויגן נישט ---. פארקלאָגט זיך די אייגנטימערין פון דעם גוט. זי נישט די שווארצע,. וויי5 זיי זענען דומע. די דייטשישע דינסטן, װועל­כע זי האָט אמאָ? געהאט אין דייטשלאנד, זע­נען געווען פיל בעסער, פארטרויט זי אונדז אין דער שטי?, זיי זאָלן נישט הערן.

ס'איז מיטאָג-צייט און די באלעבאָסטע דער­ווארט איר מאן. מימן זון, זיי זאָלן זיך אומ­קערן פון די געשעפטן.

ביים געזעגענען זיך, פרעגט זי זיך נאך, צי אין אמעריקע זענען פאראן שענערע היימען וי אירע. זי ווי? וויסן ואָס. פאר א מעבל מען נוצט דאָרט, װאָס פאר א פּאָרטירן. זי באווארפט אונדז מיט פראגן, אבער איך הער נישט אירע רייד. פאר מיינע אויגן שוועבן די רייכע וויליעס, וועלכע איך האָב געזען אין אונגארן, טשעכאָסלאָוואקיע, פּוילן, װואָס זענען היינט פארוואנדל?ט געוװואָרן אין אָפּרופּלַע­צער פאר ארבעטער, אין קולטור-הייזער פארן פאלק און אין קינדער-היימען.

אִין דער וילע גרייט מען זיך צום מיטאָג און אין גאָרטן זענען אויף דער ערד, אָננע­שפּארט אין דער וואנט פון דעם הויז די דריי ארבעטער, וועלכע ארבעטן ביי די בלומען און עסן זייער מיטאָג, ואס באשטייט פון שטיק?עך פארטריקנט ברויט מיט גרינע אוגערקעס.

נישט ווויט פון דאנען געפֿינט זיך א רעס­טאָראן. געוויינלעך. קומען. אָן אהער. ווייניק מענטשן. די איינוווינער פון בארג קומען ניַשט אהער. עסן. קיין גרויסע פּאָטראוועס קען מען דאָ נישט געפינען. דאָ קומען די אָנגעשטעלטע פון. די געשעפטן, פון די קאנצעלאריעס און סתם פארבייגייער.

(המשוך אין קומעגריקן נומער)