Jahrgang 
168 (1952) נר. 168 7-טער יאָרגנג
Seite
4
Einzelbild herunterladen

זייט 4

'.איקוףיבלעטער"

די געשעפטן פונעם..דעפּארטירטן אימפּעריאליסטישו שפּיאן פילדערמאן

פול מיגט רעוואָלט האָבן מיר זיך דערוווסט פון טרומאנס פארברעכעריש געזעץ, דורך וועלכן פארעטער פון פאָטערלאנר אנטלאָפענע פון די פאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער, ווערן אויף א אָפיצועלן אופן סטיפּענדיאירטע פון די אמע­ריקאנער מאָנאָפּאָלן. ווען מיר זענען געווויר געװאָרן אז נעבן ראדעסקו, ווישאָיאנו, טילעא, גאפמענקו און אנדערע פאשיסטישע אויסווורפן געפינט זיך אויך דער שפּיאָן פילדערמאן, האָט עם אונדז לחלוטין נישט געווונדערט. מיר וועל­כע חתטענען דעם דאָזיקן בריוו--- אלע ביר­גער, איינוווינער אין ראדעוויץ--- האָבן געהאט די געלעגנהייט צו קענען פילדערמאנס נידער­פרעכטיוקייט אין די פינצטערסטע יאָרן פון אונדזער לעבן, אין דער צייט פונעם פאשיסטישן טעראָר.

אלע זענען מיר רעפּאָרטירט געווען פון די פאשיסטן אויף דער פארנעמענער סאוועטיז שער טעריטאָריע. דאָרטן, אינעם מאהי?עווער נעטאָ, ווו מויזנטער פון אונדזערע ברידער זע­נען אומגעקומען= פון קראנקהייטן, קעלט און מיזעריע,,. האָבן מיר באגעגנט. דעם דאָזיקן משרת פון די פאשיסטן. ס'איז געד ווען אין יאָר 1948 ווען ער האָט זיך באוויזן אין מאַָחילעוו,, דעפּאָרטירט", כלומרשט, פון אנטאנעסקון, וועלכער האָט זיך גענויטיקט אין דעם דאָזיקן מאנעווער, אויף צו קאמופלירן דעם אָפּמאך צווישן פילדערמאן און דעם פֿא­שיסמישן רעזשים. אויפן באפעל פון דער פאה שיסטישער רעגידונג פון בוקארעשט, האָט די קהלה פונעם געטאָ צוגעשטעלט פיקדערמאנען א עלעגאנט הויז, מיטן גאנצן קאָנפאָרט. בּיים טױער איז! תמידר געשטאנען= א וואך כדי אום אָפּצוהיטן. צוויי סעקרעטארן, א דיונער און א קעכֿנע זענען ספּעציעל?ל אנגאזשירט געװאָרן כדי דעם, דעפּאָרטירטן" זאָל חלילה עפּעם נישט פעלן. בשעת; אונדזערע פאמוליעט פלעגן אומקומען פון הונגער און טיפוס, פלעג מען אים ברענגען פון בוקארעשט די בעסטע מאבלים און געטראנקען.. בעת מיר זענען אומ­געגאנגען באָרוועס און איינגעהילטע אין שמא­טעס, פֿלעג פולדערמאן ארומשפּאצירן אויף די געטא-נאסן און קאָסטיומען צוגעשניטענע לויטן לעצטן מאָדע-זשורנא?, באציענדיק זיך מיט בטו? צו אונדזער ארעמקייט און מיזעריע. או ער איז ארויס אויף שפּאציר, פלעגן אים. א­רומרינגלען א גאנצער שטאב פון סעקרעטארן און לויפבורשן.

אייניקע פון אונדז, נאיווערע, זעענדיק אז פילדערמאן איז אזא חשׁוֹב ביי די פאשיסטישע באהערדן, האָבן געמיינט אז זיי וועלן פון דעם דאָזיקן מענטשן קענען באקומען א שטיצע. צווישן יענע נאיווע בין איך, וואגנער איזראעל, אויך געווען. איך בין פון בארוף א שניירער און בין דעפּאָרטירט געוואָרן קיין מאהילעוו אין 1941; דאָרטן האָב איך פארלוירן מיינע עלטערן, א ברודער און כמעט אלע קרובים. שפּעטער כין איך געשיקט געװאָרן אויף צוואנג­ארבעט אין דעם אױיסראָטונגםילאגער סקא" זינעץ, פון וואנען כ'האָב געהאט גליץ מיך צו. ראטעווען און מיך אומקערן, אין 8, קיין מאָהילעוו. צוריקקומענדיק אהער און געווויר-ווערנדיק אז פילדערמאן איז אויך דעפּאָרטירט" און אז ער איז נושאדחן אין די אויגן פון אנטאָנעסקוס רעגירונג, האָב איך באשלאָסן צון אי םגיין און מאָנען שטיצע. כ'בין געווען אָנגעטון אין שמאטעס, כ'האָב נישט געהאט א פּֿרוטה אין קעשענע, מיט איין װאָרט--- כ'בין געווען אין א פארצווייפל?טער לאגע.

זעלבסמאַרשטענדלעך אז נישט אזוי גרינג האָב איך געקענט צוקומען צו פילרערמאנען. גאָך אסך בייגן זיך און שׁעהנווייז אנטיוקאמער, האט איינער פון זיינע סעקרעטארן געהאַט דעם גוטן ווילן מיר צוֹ פיקסירן א טאָג און א שעה מּון ,אוידיענץ". וי כ'בין נאָר אריינגעקומען, האָט מיך איינער פון די סעקרעטאן אריינ­

חוויר הונגער,

קרומהאָלץ זשעני אקטיוויסטקע פונעם יידישן דעמאָקראטישן סא טיטעט, ראדעוויץ

גלאטער דאָרע הויזווירטן

לעסינג אפרים אנגעשטעלטער ביי ,לובראריא נאָאסטרא", ראדעוויץ

גארטען דוד

געסטיאנאר ביי אי. ק. ס. ,אלימענטארא" רארעוויץ

פֿאָלינראפישער צענטער נר. 8--­

געפורט אין פילדערמאנס ,ארבעט-צימער". ער האָט טראָנירט פאר אן עלעגאנטן ביוראָ­טיש און האָט זיַך קוים פארגינען אויפצוהויבן די אויגן. נאָכדעם וואָס כ'האָב אים-באגריסט, אנשטאט ער זאָל זוכן צו דערפארן װאָס'ארא צרות ס'האָבן. מיך צון אים געבראכט, האָט ער מיך באלד געפרעגט: ,ווייסט נישט ווער ס'האָט צו פארקויפן גאֲלר?"

ווען כ'האָב געהערט אזעלכע דיבורים בין איך געבליבן אויסער מיר און עטלעכע מינוט האָב איך נישט געקענט ארויסרעדן א וװאָרט, כ'האָב זיך געפרעגט:, האָב איך גוט געהערט, צי איז'ס א חלום? צו גאָלד טראכט ער איצט, בשעת עס שטארבן אויס טויזנטער מענטשן וי די פליגן?"

וי נאיוו כ'בין געווען! איך האָב מיר פאָרי געשטעלט אז זייענדיק אין געטא, אינייענם מיט אונדז אַרעמע און אונטערדריקטע, וועט פיל­דערמאן גרייט זיין אונדז צו העלפן! איך האָב זיך דאָך נאָר וואָס אומגעקערט פון סקא­זינעץ און האָב נאָך קיין צייט געהאט געווויר צו ווערן'אז במשך פון זיין אזוי גערופענער דעפּאָרטירונג קיין מאָהילעוו, האָט די דאָזיקע היענע זיך אויסגעוויילט אל באשעפטיקונג

דאָס בארויבן די ביִדנע דעפּאָהטירטע. ערשט

נאָכדעם וי איך בי| ארויסגעגאנגען פון זיין ביורא, בין איך געווויך געװאָרן אז ער פאר­נעמט זיך מיט אָפּקױיפן די לעצטע זייגערס, די לעצטע רינגלעך, די?עצטע ווערטפולע זאכן וועלכע די אומגליקלעכע דעפּאָרטירטע איז נאך געלונגען אָפּצוראטעווען פון זייער האָרעוואניע, אזוי האָט זיך מאניפעסטירט פילדערמאנס ,,יידישע אייניקייט!/

דאָס אלץ בין איך. שפּעטער געווויר געוואָרן. שוין אין יענעם מאָמענט ווען ער האָט מיך גע­פרעגט צי ווייס איך נישט ווער ס'האָט. גאָלד צו פארקויפן, האָב איך מיר חשבון געגעבן אז פון אזא מענטש ווע? איך נישט קענען באקומען קיין שטיצע. דאָך, פּרווונדיק צו ענטפערן אויף זיין פראגע, האָב איך אָנגעהויבן צו בא­שרייבן די האָפּנונגסלאָזע לאגע אין וועלכער ב'האָב מיך געפונען, כדי. אים. צו װײַזן. אז אזעלכער ווו איך קען בשום אופן נישט האָבן קיין נאָלד. ער האָט מיך לאנגווייליק אויס­געהערט עטלעכע מינוטן און מיטאמאָ?ל האָט ער מיר איבערגעשלאָגן, זאָגנדיק: ,עס זענען פארביי די אָפּגעשטעלטע פינף. מינוט וועגן דער אוידיענץ. כ'האב מער נישט קיין צייט דיך אויסצוהערן!" ער האָט זיך חשבון גע­געבן אז איך בין געקומען עפּעס מאָנען, און נישט צו געבן דאָס גאָלד נאָך וועלכן ער איז אזוי גייציק געווען, און האָט מיר געהייסן גיין, האפנדיק אז דער ווֹאָס וועט קומען נאָך

. מיר וועט אפשר קענען באפרידיקן זיין אפּע­

טיט רייך צו ווערן.

דאָס איז געווען פילרערמאנס באשעפטיסונג בעת זיין רייזע וועלכע אנטאָנעסקו האָט אים אראנזשירט אויף דער סאָוועטישער פארכאפּטער טעריטאָריע. די דאָזיקע אלע זאכן קענען מיר, אזויווי עם קענען זײַ אסך אנדערע יירישע ארבעטס-ימענטשן. וועלכע זענען לעבעדיס געז בליבן פונעם מאָהילעווער גיהנום.

היינט, געפינט זיך די דאָזיקע בריאה אין טרומאנס אמעריקע, ווו ער העצט, איניינעם מיט אנדערע שונאים פֿונעם ארבעטעריפאָלק פון דער ר. ם.יר., קעגן אונדזער היימלאנד, קעגן-שלום.

די יידישע ארבעטימענטשן פון אונדזער חיימלאנד, וועלכע ס'איזבאקאנט אסך נידער­טרעכטיקייטן. וואָס טרומאנס ,,אויסדערוווילטע" זענען באגאנגען, דארפן אויך וויסן פון די מעשים ואס דער שפּיאָן פילדעומאן איז בא­גאנגען אין משך פון זיין ,דעפּאָרטירונג", מחמת דאָס זענען עלעמענטן װאָס קענען גורם זיין אז עס זאָל נאָך מער וואקסן די שנאה פון די אָרנטלעכע מענטשן קעגן די אימפּעריאליס­טישע שונאים.

וואגנער ישראל שניידער

עדלשטיין פישול קינאָ-דירעקטאָר יאָזעף מאיר געסטיאָנאר ביי דער קאָאָפּעראטיוו ,מונקא" הערער יאנקו טעכניקער ביי ,6יטן מערץ"

ראָזנער ישראל שניידער

אינדוסטריעלע מלוכח-אונטערנעמונג.

נר. 168

אייניקע אספּעקטן פון דער אקטיוויטעט פונעם. באקויער ,,איקוףי'

שייכות מיט די אויפגאבן וװאָס דער {איקוף" האָט, צו מאביליזירן און אנטרענירן די יידיש-רעדנדיקע מאסן אין קאמף פֿאר שלום, פארן אויפבוי פון סאָציאליזם, זיך איינצורייען אין פּראָדוקטיווער ארבעט; פאר העכערן זייער פּאָליטיש-קולטורעלן ניווא אוֹן באקעמפֿן דעם ציוניסטישן נאציאנאליסטישן שאוויניזם,--­האָט דער ,,איקוף" פון באקוי צו פארצייכענען, אין לעצטן פּעריאָד, א פרוכטבארע טעטיקייט און פּאָזיטיווע רעזולטאטן.

עס זענען אָרגאניזירט געװואָרן קולטור-קינס­טלערישע מאניפעסטאציעס אקסירט אויף דער טעמע ,דער קאמף פאר שלום", ביי וועלכער געלעגנהייט עס זענען דעמאסקירט געוװואָרן די פארברעכערישע צוועקן פון די ענגליש-אמערי­קאנישע אימעפּריאליסטן וועלכע העצן צו א נייעם בלוטיקן קריג. ביי די דאָזיקע מאניפעס­טאציעס האָבֿן די איבער 2000 אָנוועזנדיקע יירישע ארבעטימענטשן ארויסגעוויזן זייער אומבווגזאמען ווילן פאר איינחיטן דעם שלום.

מיטן באקעמפן דעם שאָװױיניסטישן נאציא" נאליסטישן ציוניזם, האָט דער ,איקוף" פון באקוי ניט פארנומען זיך אויף א גענוגנדיק! אופן, הגם עס זענען געהאלטן געוװאָרן א ריי רעפעראטן אויף דער דאָזיקער טעמע, וי עס איז געווען צ. ב. דער רעפעראט פון חבר קוש­מארו א. ד. ט. ,די ציוניסטישע אָנפירער פון ישרא?, שותפים צו די העצער פון א נייעם קריג",--- ביי וועלכער געלעגנהייט עס איז אנוועזנד געווען א גרויסער עולם, אָבער דער קינסטלערישער פּראָגראם װאָט איז אויסגעפירט

געװאָרן דעמלט, איז נישט געווען גענוג קאָמ­

באטיוו.= אזוי וואָלט מען געווען באדארפֿט, אחוץ די לירער די ,דוינע". און ,וואנדער­פייג?", אויך אויפפירן דעם סקעטש ,קול­ישראל", ווו עס ווערט געוויזן די בחכרותה­דיקייט צווישן דער ציוניסטישער קליקע, װאָס

געפינט זיך ביי דער אָנפירונג פון ישראל, און די אמעריקאנישעדענגלישע אימעפּריא­ליסטן.

עס דארף אונטערגעשטראָכן ווערן דער אי" ניציאטיוו ,איקוף" אריינצופאָרן מיט זיין קינסטלערישער עקיפּע קיין בוהוש. ביים אויסגעפירטן פּראָגראם זענען אָנוועזנד געווען עטלעכע הונדערט יידישע ארבעט-מענטטן, וועלכע האָבן ווארעם אויפגענומען זייער באזוך. בלי ספק אזעלכע ארויספאָרן דארף מען אָר;אה גאניזירן אויך דער נאָענטער רעגיאָן מוינעשט, פּיאטרא-ינעאמץ און אנדערע אָרט­שאפטן.

די אקטיוויסטן פונעם ,,איקוף" באטייליקן זיך אין דער אויפקלערונגסיארבעט וװואָס איז אָרגאניזירט אין דאמען פונעם אָרטיקן יידישן דעמאָקראטישן קאָמיטעט,--- ביי וועלכער גע­לעגנהייט חבר יונה ווייסבוך האָט ארויסבאקו­מען צוויי פארציכטונגען און חברטע זשאנעטא זוסו איין פארציכטונג אויף צו פאָרן קיין ישראל.

כדי צו דערגרייכן א גוטע אקטיוויטעט, ווערן געהאלטן זיצונגען לויטן ארבעטיפּלאן, און דער ביורא ,איקוף"' ווענדט אַן אל?ץ צום צוגרייטן די טאָג-אָררנונג מוט די קאָנקרעטע פּראבלעמען וועלכע דארפן געלייזט ווערן.

אזוי איז, צ..ב. אויף דער?עצטער זיצונג געמאכט געװואָרן אן אנאליז, אינויענם מיט די יידישע לערער, פון זייער טעטיקייט אין רא­ פונעם ,,איקוף" און ביי וועלכער געלעגנ­הייט עס זענען אנטרענירט געוואָרן א ריי ע" לעמענטן פונעם יידישן לימוד פאר דער קינסט­לערישער עקיפּע. עס זענען נאך באהאנדלט

געואָרן א ריי. פּראָבלעמען װאָס זענען גע­לייזט געוואָרן אויף א געווונטשענעם אופן.

נאָר, אויב דער ,איקוף" פון באקוי, האָט אויפצוווייזן די לאָזיקע פּאָזיטיווע רעאליזו­רונגען, האָט ער אָבער אויך צו פארצייכענען אייניקע בלויזן. אויב מיר אנאליזירן די אר­בעט פון די קאָלעקטיוון, קאָן מען פעסטשטעלן אז דער קולטור-קאָלעקטיוו האָט געארבעט אוֹיה

א סעקטארן אופן, האָט זיך נישט געזאָרגט גענוג אז די פּראָגראמען, ואס ווערן איבערגעגעבן בי דער ראדיאאמפּלי­פיצירונגס-סטאנציע, זאָלן זיין מער קאָט­

באטווו,--- און אין אַלגעמיין האָט דער קול­טור-קאָלעקטיוו נישט געגעבן די געהעריקע אויפמערקזאמקייט אויפצופירן אלץ מער ווארי­אירטע פּראָגראמען; עס זאָלן געלייענט ווערן אייניקע סקיצעס, נאָוועלן, לידער, ארטיקלען פון די ,איקוף-בלעטער" און ,קולטור-וועגוויי­זער?, און ער האָט נישט פארברייטערט זיינע רייען מיט יידיש-רעדנדוקע ארבעטער.

דער באקויער ,איקוף" פארנעמט זיך זייע" װיינוק מיט דער וויזועלער אניטאציע, דורך פּלאקאטן, וועלכע זאָלן ווייזן דאס לעבן פון מוזעריע אין קאפּיטאליסטישן ישראל, עס פעלט א וואנט-צייטונג דורך וועלכע די אקטיוויסט! זאָלן קאנען דורך זייערע ארטיקלען און קריטיק, פארבעסערן די אקטיוויטעט.

און שייכות מיטן דיפוזירן די ,איקוףיבלע­טער" איז אויך צו פארצייכענען אז עם ווערן פארשפּרײיט צו ווייניק עקזעמפּלארן אין אזא גרויסער שטאָט וי באקוי; עס פעלט אויך אן

אָרטקיער קאָרעספּאַנדעגט פאר די ,איקוף" בלעטער". עס דארף אויך פארבעסערט ווערן

די קולמור-ארבעט דורכן פארשפּרייטן די אויס­גאבן פונעם מלוכהיפארלאג, וי ,לעבן דע" ברעטעריזעג" פון דוד רובין, ,,לֿיכט אין אונ­דזער לעבן" פון ה. א. שטאָלפּער,--- וועלכע אויסגאבן עס זענען אין די שטעט באָטאָשאן, ראדעוויץ א. א. פארשפּרייט געװאָרן אין א גאר גרויסער צאָל.

בכדי צו העכערן די צאָ? אָנוועזנדיקע. ביי די מאניפעסטאציעס, באדארף דער באקויער ,אי קוף" אָנווענדן אלע מאָביליזירונגס-מיטלען ווי: איינלארונגען, אפישירן אין די קווארטאלן, זיך באנוצן מיט דער ראדיאָ-אמפּליפוצירוננס-יסטאנ­ציע וועגן פֿאָפּולאריזירן די מאניפעסטאציעס א, א. א וויכטיקע אויפנאבע האָט נאָך דער

/איקוף" בנוגע אריינציען נייע עלעמענטן וועגן שאפן א דראמקרייז, כדי אויפצופירן פֿיעסעטעס.

אין שייכות מִיט דעם קולטור"מאטעריאל

וואָס ווערט צוגעשיקט, ענטפערט דער בא­קויער ,,איקוף" נישט אֶלּע מאָל אויף אן אויס­פירלעכן אופן--- און די באריכטן האָבן צומאָל די פאָרם פון א פּראָטאָקאָל, וי עס איז נעווען דער פאל? אין חודש דעצעמבער ם, י,

דֶער באקויער ,איקוף" האָט ארויסגעוויז; אין משך פון זיין אקטיוויטעט אז ער האָט, טראָץ א ריי בלויזן, אויפצוווייזן אסך פּאָױיי טיווע רעאליזירונגען אויפן געביט פון פאר­שפּרייטן די פּראָגרעסיווע יידישע ליטעראטור, פון באקעמפן די פארברעכערישע ציוניסטישע פּראָפּאגאנדע, פון הייבן דעם קולטור-ניוואָ פון די אָרטיקע יידישע ארבעטנדיקע מאסן. ער דארף אָבער נאָך מער אקטיוויזירן זיין קאָלעק­טיוו בכדי צו ליקווידירן די אָנגעוויזענע בלויזן און אזוי ארום וועט ער נאָכמער געבן זיין ביי­שטייער צום קאמף פאר שלום, פארן אויפבלי פון אונדזער היימלאנד, די ר. ם; ר.

פּינקו סעגאל

שטרייק פון די ארבעטער. וואס זענען באשעפ. טיקט ביים איילבורטן-אראפּנעם אין ישראל

תליאביב(ספּ.) דער צענטרא?-אָרגאן פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון ישרא? ,קול העם" שרייבט אין. א לייט-ארטיק?: ,די ארא­בישע ארבעטער, וואָס זענען באשעפטיקט ביים אױלבירטן-אראָפּנעם אין גלי? האָבן דערקלערט א שטרייק, פאָדערנדיק איינצושטעלן זייערע לוינען פון פאָרוים און א סוף מאכן צום פעאָ­דאלן סיסטעם פון איינשטעלן דורכן ארבעטס­געבער דעם לוין נאָכן פארענדיקן די ארבעט לויט זיין אייגענעס איינזען.

און ווידער אמאָ? טרעט אויף די פּאֲלִיצֵיי אלס אינסטרומענט פון קלאסן-אונטעררריקונג, קעמפנדיק קעגן די ארבעטער.

בעתן שטרייק פון די מאטראָסן זענען רי מפּא"י-טוער ארױיסגעטראָטן מיט שטרייקיברע­כערישע רעדעס וועגן ,באשיצן. דאָס לאנד פון

פאבאָטאזש". ווייזט אויס, אז יעדע פֿאָדערונג פון די ארבעטער וועגן לוין-העכערונג, און אפילו וועגן איינשטעלן דעם לוין פון פארויס באטראכטן די מפּא"י-פירער, פּֿונקט וי די אר­בעטסיגעבער אלס ,סאבאטאזש"--- סאבאָ: טאזש פון די קאפּיטאליסטישע רווחים: די מ­פּא"י-פירער האָבן ענדגילטיק אָנגענומען די פאָדערונג פון דער בורזשואזיע וועגן אונטער­דריקן מיט כוח יעטווערן ארבעטער-שטרייק. דאָס ארעסטירן די טוער פונם קאָנגרעם פון די אראבישע ארבעטער איז א נייע ערנסטע פארגוואלטיקונג פון דער רעכט אויף דער פּראָ­פאריינישער אָרגאניזאציע אין ישראל, וי אויך אן איבעריקער באווייז פון דער מאָביליזאציע פונם גאנצן מלוכהשן אפּאראט קעגן דעם ארבעטער"קלאס, וועלכער טרעט ארוים אין דער פארטיידיקונג פון זיינע רעכט". יי יי יי

181 טס.פא.א?ט:רנאח-- 1 זא ואס זזסע זוזטידאא.)