Jahrgang 
170 (1952) נר. 170 7-טער יאָרגנג
Einzelbild herunterladen

:848:110/951 סא וס זס|6} 08 8 6:816ח16){ומ121:60}1.1 008111זק8 מזז0!=ז6661}8 מו בֿוֹזֹהוֹמ גּו8בָּסם 88

0.סא= קיטער יאָרגאנג פּרייז באן 25 931!}זק 0 פעברואר 1952 טוחזהטחממט 20

אינהאלט;

-- פון א גוטער פּלאניפיצירונג זענען אויך גוט די רעזולטאטן פון י. בערקאָוויטש(זייט 2);

מיין חבר, מיין פריינט", ביים בוקארעש­

: טער ,,איקוף" פון ב. שרייבער(זייט 2); אי-- צום 118-טן יאָרצייט פון א. ס. פּושקין : פון י. דובאָװיס(זייט 8); 0: י--- דער חשבון-הנפּש פון א ציוניסטישן ריכ­טער פון ל. וויגרער(זייט 8; !געזעלשאפטלעך-ליטערארישער זשורנאל-- דערשיינט אונטער דער רעדאקציע פון א קאָמיטעט== בריוו און ידיעות פונעם. ישרא?י, גן-ערן= =: 5(זייט 4). אדמינ.: קאלעא מאַשילאָר, 99. טעל?. 62.64.ם

א8זט.ם8-טטאו

זפזוואס: וטאט 6858סטפאס= 508 5865 גאה

רעזאקציע: בוקארעשט, מאטעי באסאראב 2 8. טעל, 4.30.292 92:16 ,8 2 85:ה1385 1861 ,11א616ט5!:86886})18

דאס אריענטירן צו פּראדוקטיווער ארבעט צום טאָג א הויפט-אויפגאבע פון דער סאָװועטישער ארמיי

י י י 4 1610.9 10 פס/א 28163): 8:}- 4 8 ן ביילאגט. פאר די. קינדער.

אין קאמף פון דערפולן און איבערשטייגן דעם פּראָדוקציע פּלאן פונעם צווייטן יאָר פון אונ­רזער ערשטן פינפיאָר-פּלאן, האָבן די ארבעטנ­דיקע פון אונדזער פאָלקס-רעפּובליק, אָן שום חילוק פון נאציאָנאליטעט, דערגרייכט פּרעכ­טיקע רעזולטאטן, שוין אין די ערשטע טעג פון 2,

א דאנק דער אויסגעהאלטענער פּאָליטיק פון דער רומענישער ארבעטעריפּארטיי און רע­גירונג צעבליט זיך אלץ מער ביי אונדז דאָס נייע לעבן און עס וואקסט דער וווילשטאנד פון די ארבעטנדיקע אין אן אלץ גרעסערער מאָט. נייע שאנטיערן עפענען זיך, נייע אוזי­נעס, נייע פאבריקן עפענען זייערע טויערן און נייע פּראָדוציר-קאָאָפּעראטיוון גרינדן זיך און געשטאלטיקן איבער דעם בע?-מלאכה אין א מענטש מיט א סאָציאליסטישן צוגאנג צו דער ארבעט,

א דאנק דער קלוגער פּאָליטיק פון דער פּאר­טיי און רעגירונג מיטן צי? צו פארמערן די ארבעטער-כוחות, איז נאָר אינעם ערשטן יאָר פונעם פינפיאָריפּלאן געוואקטן די צאָל פֿון די ארבעטער מיט 210 טויזנט. דאָס איז אויך צו פארדאגקען די ריזיקע אינוועסטיציעס, װאָס זענען געמאכט געװואָרן, אויפן געביט פון שטעלן אין באטריב א וויכטיקע צאָל אונטער ­געמונגען פון דער מעטאלורגישער, עלעקטראָ­טעכנישער, כעמישער, פון דער בוי", האלץ- און שיך-אינדוסטריע. אינעם דאָזיקן יאר איז גע­גרינדעט געוװאָרן די גענעראל-דירעקציע פון די ארבעט-רעזערוון. דאָס האָט געבראכט א דע-­מוטיקונג אין דער טעטיקייט פון צו העלפן אינקאדרירן זיך אין דער פּראָדוקטיווער ארבעט, די אלע װאָס איבער פארשידענע סיבות, האָבן עם בִיז היינט נאָך נישט געטון.

צווישן די צענטליקער טויזנטער מענטשן, וואָס האָבן זיך איינגערייט אין דער פּראָרוקציע אין יאָר 1951 געפינען זיך אויך עטלעכע טוי­זנט יידישע ארבעטימענטשן, וועלכע באזעלטע פון דער נייער ליכטיקער ווירקלעכקייט, האָבן אָפּגעװאָרפן מיט שנאה די שושקערייען פון די ציוניסטישע אגענטן וועגן ,אייביקן אנטי­סעמיטיזם", /אחדות ישראל" און האָבן זיך אנטשלאָסן איבערצואנדערשן זייער ארט לעבן און זיך איינצורייען צווישן די בויער פונעם פאָציאליזם אין דער ר. פ. ר. א כאראקטעריסטי­שע פּאָזיטיווע דערשיינונג אויפן דאָזיקן געביט איז דער פאקט, װאָס פון די עטלעכע טויזנט יירישע אינקאדרירטע זענען 56 פּראָצענט אינ­קאַדרירט געוואָרן אין דירעקט פּראָרוקטיווע פּראָפּעסיעס און 44 פּראָצענט אין אדמינים­טראטיווע. דאָך, איז נאָך די פּראָפּאָרץ פון דוי יידישע ארבעט-מענטשן אינקאדרירטע אין פּראָ­דוקטיווע פאכן פון איין דריטל לנבי צוויי דריטל אין די אדמיניסטראטיווע.

א וויכטיקן ראָל אינעם אינקאדרירן אין דער פּראָדוקציע די אָרנטלעכע נישט-אינקאדרירטע יירישע באפעלקערונג, האָבן געהאט און האָבן נאָך די יידישע דעמאָקראטישע קאָמיטעטן. מיר דארפן נישט פארגעסן אז עס זענען נאָך פאראן אן ערך פון 5 פּראָצענט פון דער יידישער בא­פעלקערונג װאָס זֶענען נאָך נישט אינקאדרירט. און כאטש די צאָל ארבעטימענטשן, א דאנק דעם פינף-יאָר-פּלאן וואקסט יעדעס יאָר, להיפּוך די קאפּיטאליסטישע לענדער ווו ס'וואקסט די ארבעטסלאָזיקייט= איז דאָס אינקאדרירן פון די דאָזיקע אן אלץ שווערערער ענין, דערפא-ר װאָס צווישן זיי געפינט זיך א גרעסערער פּראָ­צענט עלטערע מענטשן, פרויען אָן א פאך, מענטשן װאָס זענען נישט פעיק פאר א שווע­רער ארבעט א. א. וו,

די אָנשטרענגונגען מצד די אקטיוויסטן פון די יירישע דעמאָקראטישע קאָמיטעטן האָבן גע­בראכט פרוכטבארע רעזולטאטן. אזוי זענען אינקאדרירט געװאָרן מיט דער הילף פון די יידישע דעמאָקראטישע קאָמיטעטן דורך די

אמטן פון די ארבעטסירעזערוון: אין בוקא­רעשט 2286, אין יאס 919, אין קלוזש 867, אין אראד 859, אין באָטאשאן 299, אין באקוי 1, א. א. א גוט אָרגאניזירטע ארבעט אויף דעם געביט האָבן ארויסגעוויזן א ריי יידישע דעמאָקראטישע קאָמיטעטן וי די פון גאלאץ און באקוי, ווו די ארבעט איז געווען גוט פּלאני­פיצירט און קאָנטראָלירט, יעדער אקטיוויסט פון די קאָלעקטיוון האָבנדיק באשטימטע אויפ­גאבן, וועגן וועלכע ער האָט באדארפט בא­ריכטן אין א באשטימטער צייט. אין גאלאץ זענען ביי דער דאָזיקער ארבעט באנוצט גע­װאָרן ארבעטער וװואָס האָבן זיך אינקאדרירט ערשט נישט לאנג, און וועלכע האָבן זיך אויס­געצייכנט ביי דער ארבעט,

א געלונגענע איניציאטיוו האָט געהאט דער יידישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט פון קרא­יאָווא וועלכער האָט אָרגאניזירט פּראקטישע דעמאָנסטראציעס, אויף צו ווייזן די מעגלעכ­קייט שנע?ל זיך איינצואייגענען א מלאכה,

עס זענען אויך געווען אייניקע בלויזן אין דער דאָזיקער ארבעט, בלוױיזן וועלכע דארפן אין גיכן ליקווידירט ווערן און פון וועלכע עס באדארפן זיך אויסהיטן די אנדערע קאָלעקטיוון אין זייער ווייטערדיקער טעטיקייט.

אזוי האָט דער באקויער יידישער דעמאָקרא­טישער קאָמיטעט נישט אויסגענוצט די ברייטע אינקאדרירונגסימעגלעכקייטן װואָס עס זענען פאראן אין ראיאן מאָינעשט, און האָט נישט אָנ­געוויזן די יידישע ארבעטימענטשן פון אנדערע אָרטשאפטן אויף די מעגלעכקייטן זיך צו קווא­ליפיצורן אלס סאָנדאָרן, מעכאניקער, שׁווייסער, עלעקטריקער, אייזן-דרייער א. א. וו

א גרויסער בלויז איז אויך צו פארצייכענען מצד די קאָלעקטיוון פון טג. נעאמץ, דאָרא­הֵאִי, הוש, באָטאָשאני וועלכע האָבן נישט מרריך געווען, די וועלכע האָבן זיך געװואָלט קוואליפוצירן, צו די מער אינדוסטריעל-אנט­וויקלטע רעגיאָנען. אן אנדערער בלױז מצר דעם אינקאדרירונגס-קאָלעקטיוו פון ,אָראשו? סטאלון" איז דאָס װאָס ער האָט נישט גע­חאלטן אלם א שטענדיקע אויפגאבע זיך אֶפַּ­צוגעבן מיט א ריי יוגנטלעכע פון מאָלדאָוע וועלכע זענען געקומען אהער זיך צו קוואלי­פוצירן, זיי אונטערצושטיצן זיך צוצופּאסן צו דער ארבעט.

די קאָלעקטיוון דארפן נישט פארגעסן אז די שונאים, די ציוניסטישע אגענטן, פירן ווייטער זייערע רכילותן, פּרװונדיק מיט אלע מיטלען איינצורעדן די נישט אינקאדרירטע זיי זאָלן זיך נישט אינקאדרירן און אָפּצורעדן די אינ-­קאדרירטע פון זייער ארבעט. אזוי אז מען בא­דארף אין זינען האָבן אז די ארבעט האָט זיך נישט געענדיקט מיטן אינקאדרירן אין דער פּראָדוקציע. מען באדארף העלפן די אינקא­דרירטע זיי זאָלן זיך העכערן זייער פאך-קווא­ליפיצירונג. עס דארפן פּאָפּולאריזירט ווערן די אויסגעצייכנטע אין דער ארבעט. א באזונדערע אויפמערקזאמקייט דארף אָפּגעגעבן ווערן פאר די יוגנטלעכע. די שִׁילֶער וועלכע וועלן איבער עטלעכע חדשים פארענדיקן דעם זיבעטן קלאס, דארף מען אָריענטירן זיך איינצושרייבן. אין די מיטליטעכנישע שולן, און פּראָפּעסיאָנעלע קוואליפיצירונגס-שולן. דער וויכטיקסטער אָב­יעקטיוו פונעם ארבעטסיפּלאן פון די דאָזיקע קאָלעקטיוון דארף זיין צו אינקאדרירן ואס מער יידן אין דירעקטיפּראדוקטיווער ארבעט,

פאר עלטערע מענטשן, אָדער װאָס זענען נישט פעיק צו שווערער ארבעט, דארפן איינ­שטודירט ווערן די ארטיקע מעגלעכקייטן אויף צו באנוצן זיי ביי אויסארבעטן אָפּפּאלן, היימ­ארבעט א. א.

איינע פון די הויפּט-אויפגאבן װאָס עס האָט דער יירישער דעמאָקראטישער קאָמיטעט איז, צו פארבינען אויף א פּערמאנענטן אופן דאָס איינ­רייען אין דער ארבעט. מיטן קאמף קעגן נא­

(המשוך אויף ייט א)

דעם 28יטן פעברואר 1918 איז די ארמיי פון ארבעטער און פּױיערים, באפרייטע דורך דער גרויסער סאָציאליסטישער אָקטאָבער-רע­װאָלוציע, ארויסגעטרעטן אין בלוטיקן קאמף פון נארווא און פּסקאָוו, און צעשמעטערט די דייטשע עליט-טרופּן אויפן וועג קיין פּעטראָ­גראך.

דער טאָג פון דעם דאָזיקן זיג ווערט פא­רעכנט אלס דער געבוירן-טאָג פון דער סאָווע­טישער ארמיי.

פון דעמלט, האָט די סאָוועטישע ארמיי פאר­שריבן די גרעסטע זיגן אין דער געשיכטע. איר קאמף איז געווען א גערעכטער, א קאמף פאר פרייהייט. די 84 יאר פון איר עקזיסטעני

זענען ארומגענומען מיט גרויסקייט און רום..

אונטער דער געניאלער אָנפירונג פון לענין און סטאלין האָט די סאָוועטישע ארמיי צע­שלאָגן אין די יאָרן פונעם בֿירגעריקריג, די קאָנטרע-דרעוװואָלוציאָגערע באנדעס. פון קאָל­טשאק, דעניקין, יודעניטש, קאָרנילאָו און ווראנגעל. אויך די פארברעכערישע אינטער­ווענץ פון די 14 אימפּעריאליסטישע מלוכות, בראש מיט די אימפּעריאליסטן פון אמעריקע, ענגלאנר, פראנקרייך, דייטשלאנד און יאפּאן, איז צעשמעטערט געוװאָרן פון דער יונגער סאָ­וועטישער ארמיי.

דער אנטשיידנדיקער זיג פון דער סאָוועטן­מאכט קעגן די אינטערווענטן, האָט דערמעג­לעכט פאר די פעלקער פון סאָוועטן-פארבאנד, זי זאָלן צוטרעטן צום פרידלעכן אויפבוי פון סאָציאליזם,

בויענדיק דעם סאָציאליזם, האָט דאָס סאָ­וועטישע פאָלק, אונטער דער אָנפירונג פון דער פּארטיי פון לענין און סטאלין אויף קיין איין רגע נישט פארגעסן דאָס געפאר פון א נייער אימפּעריאליסטישער אגרעסיע. מיט יאָרן צו­ריק האָט דער חבר סטאלין וויסנשאפטלעך פאָרויסגעזען די דאָזיקע געפאר, און האָט אָנ­געוויזן אז, דאָס סאָוועטישע פּאָלק און זיין רויטע ארמיי, וועט קענען, א דאנק דער ריכ­טיקער פּאָליטיק פון דער סאָוועטן-מאכט, געבן א געהעריקן ענטפער פאר א נייער קאפּיטאליס­טישער אינטערווענץ, פּונקט וי עס האָט גע­ענטפערט אויף דער ערשטער אינטערוועניץ אין די יאָרן 1918--1920,

דער גרויסער פאָטערלענדישער קריג װאָס דער סאוועטן-פארבאנד האָט געפירט קעגן די פא­שיסטישע אגרעסאָרן האָט דערוויזן די ריכטי­קייט פון דער סטאלינישער פאָרויסזעונג. די סאָוועטישע ארמיי האָט אין דעם דאָזיקן. קריג דערגרייכט דעם גרעסטן זיג פון דער געשיכטע, און האָט מיט אייגענע כוחות צעשמעטערט דעם היטלעריסטישן אגרעפאָר.

און ואס באשטייט דער גרויסער כוח פון דער סאָוועטישער ארמיי? ,די סאָציאליסטישע ארדנונג, וועלכע איז געבוירן פון דער גרויסערי אָקטאָבער-רעװאָלוציע--- האָט געזאָגט דער גענעראליסימוס סטאלין--- האָט געגעבן פאר אונדזער פאָלק און אונדזער ארמיי אן אומפאר­מעסטבארן און אומבאזינבארן כוח."

די סאָוועטישע ארמיי איז די ערשטע אמת­דיקע פאָלקס"ארמיי, וועלכע איז געבינען מיטן פֿאָלק און פארטיידיקט די אינטערעסן פונעם פאָלק.

כאראקטעריזירנדיק די אייגנשאפטן פון דער סאָוועטישער ארמיי, האָט דער חבר סטאלין אויך אָנגעװיזן, אז די סאָוועטישע ארמיי איז די ארמיי פון פריינטשאפט צווישן פעלקער, די ארמיי וועלכע האָט באפרייט די אונטערדריקטע פעלקער פונעם צאריסטישן רוסלאנד, צום אונ­טערשיד פון די ארמייען פון אימפּעריאליסטישע לענדער, וועלֿכע זענען דערצויגן אינעם גייסט פון שאָװיניזם און שנאה צווישן די פעלקער.

רעדנדיק וועגן דער דריטער כאראקטעריס? טיק פון דער סאָוועטישער ארמיי, האָט דער חבר סטאלין אָנגעוויזן, אז זי באשטייט אינעם גייםמט פון אינטערנאציאָנאליזם, אינעם גייסט פון פאלידאריטעט מיט די אינטערעסן פון די ארבעטער פון אלע לענדער.

דער אינטערנאציאָנאליסטישער גיוסט פון דער סאָוועטישער ארמיי האָט זיך ארויסגעוויזן אין זיין גאנצער גרויסקייט אין דער צייט פון דער צוויוטער וועלט-מלחמה. די זיגרייכע סאָוועטי­שע ארמייען האָבן זיך נישט אָפּגעשטעלט ביי די גרענעצן פונעם פאָוועטן-פארבאנד. פאךר­פאָלגנדיק די היטלעריסטישע חיה, האָט רי סאָוועטישע ארמיי באפרייט א נאנצע ריי לענ­דער פונעם פאשיסטישן יאָך. נאָר א דאנק דער סאָוועטישער ארמיי איז אויך באפרייט געװואָר אונדזער לאנד און האָט אָנגעהויבן זיך בויען א ניו לעבן. וִ

גאָר אן אנדערן גור? האָבן געהאט די לענ­דער אין וועלכע ס"זענען אריינגעקומען די אומפּעריאליסטישע ארמייען. אין גריכנלאנד, אין פראנקרייך, אין איטאליע, דארף דאָס פאָלק אויסשטיין די אמעריקאנער ,הילף", וועלכע האָט דעם צוועק צו פאראָרעמען די לענדער און דאָס פאָלק איינצושפּאנען אין א נייער מלחמה קעגן דעם סאָוועטן-פארבאנד און די פאָלקם-דעמאָקראטישע לענדער. דעם זעלבן נורפ הָאְט אויך דאָס פאלק פון יונאָס?אוויע ווו די באנדע שפּיאָנען און פארעטער פון טיטאָ­ראנקאָוויטש, האָבן פארקויפט דאָס לאנד צוּ די אמעריקאנער בֿאלעבאטים און האָבן אונ­סטאלירט דעם, הױפּט-קווארטיר" פונעם אמע­ריקאגער שפּיאָנאזש פאר די פאָלקס-דעמאָקרא­טישע לענדער.

די סאוועטישע ארמיי וועלכע האָט באזינט די היטלעריסטישע קריגס-מאשין, שטייט היינט אויף דער וואך, אז דער שלום זאָל אָפּגעהיש ווערן. נייע היטלערס האָבן דעם חשק אָנצן­פאלן אויף דער באפרייטער ערד פון סאָוועטן­פארבאנד און פון די פאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער.

די סאָוועטישע ארמיי שטייט אָבער װי א גראניטנע מויער אָן וועלכער ס'וועלן זיך צע­שמעטערן סיי ואָספארא פּרווון פון אגרעסיע, די שונאים זענען באוווסט פון דעם רי­זיקן כוח פון דער סאָוועטישער ארמיי. אין זיין לעצטער רעדע האָט דער געוועזענער פּרעןי­דענט פון די פארייניקטע שטאטן, הוווער אָנ­געוויזן, אז ,די פאָרשטייער פון די אייראָפּע­ישע קרייזן גלויבן אז ,אין די ל?עצטע פינף יאָר װאָלטן די רוסישע טרופּן געווען געקענט דע­ראָבערן אײראָפּע אין צייט פון צוויי חדשים, און זיי וואָלטן דאָס אויך געקענט טון אין די זומענדיקע עטלעכע יאָר." הוווער גיט אָבער צו, אז די פעלקער פון די מערב-לענדער גלױיבן נישט אין אגרעסיווע צילן פונעם סאָועטן­פארבאנד. הוווער איז גערעכט. די פעלקער פון די מערב-לענדער, וי אויך די פעלקער פון דער גאנצער וועלט, גלויבן אז די סאָוועטישע אר­מיי, אָנגעפורט פונעם גרויסן זשעני אין דער מיליטער-קונסט, דער געגעראליסימוס סטאלין, איז א שלום"-ארמיי, א גאראנטיע אז די בלוט­דורשטיקע אימפּעריאליסטישע חיות וועלן נישט וואגן אויסצופורן זייערע פארברעכערישע פּלענער,

די פעלקער פון די פאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער, די פּראָלעטאריער פון דער גאנצער וועלט, טראָנן און זייער הארצן די ליבשאפט און דעם פארטרויען צו דער סאָוועטישער א-­מיי, וועלכע שטייט אויף דער וואך פון שלום און צו איר גרויסן פירער י. וו. סטאלין,

ש. אלעקטאנדער