- הונגעריקע, אָן וווינונגען, אין די
מייו פּלאץ איז דא איז דער ר. פ. ר.
ליבע חברים,
איך פי? זיך נליקלעך און שטאָלץ, װאָס איך נעפין זיך אין די רייען פון די ארבעטס-שלאָגלֶער, לויט מ'האָט עס מיר מודיע געווען אין א זיצונג װואָס איז פאָרגעקומען אין אונדזער פאבריק. פי? איך פאר נויטיק מיינע געפילן מיטצוטיילן אויך אנדערע חברים.
כ'בין א זון פון א שלאָסער, א מלאכה װואָס איך האָב אויך געלערנט אינעם דאָרף קוווין, ווו כ'האָב געוווינט ביזן יאר 1940 ווען די בארבארישע ראסיסטישע געזעצן האָבן מיך עוואקואירט. אזוי ארום בין איך אָנגעקומען קיין אראד. דא האָבֿ איך ווייטער געארבעט
אין פארשידענע פּלעצער ביז כ'בין לעצטנס;
אנגאזשירט געװאָרן אין דער פאבריק ,וויקטאריא".
דאָ האט פאר מיר אָנגעהויבן א ניי לעבן, מיט נייע פּערכפּעקטיוון. א דאנק אונדזער רעזשׁים, איז מיר אויך דערמעגלעכט געוואָרן, וי אסך אנדערע, זיך צו איבערקוואליפיצירן. אזוי ארום בין איך געװאָרן א מאָנטירער. איצט ארבעט איך אין דער מאנטאזש-סעקציע.
כ'האָב פארשטאנען דעם רוף פון אונדזער פּארטיי וועגן אויסצופולן אונדזער פּרעכטיקן פינףדיאָריפּ?אן, נעמענדיק זיך צו דער ארבעט מיט אלץ גרעסערע כוחות, כדי צו געבן אן אלץ גרעסערן ראנדאמענט, זייענדיק איבערצייגט אז דאָס װאָס מיר בויען, בויען מיר פאר אונדז, פאר שלום, פאר אונדזער צוקונפט און פֿאר דער צוקונפט פון אונדזערע קינדער,
אין יאָר 1980, בין איך באגאנגען דעם גרויסן פעלער לאזנדיק זיך באאיינפלוסן פון דער ציוניסטישער פּראָפּאגאנדע, צו פאר?אזן די רומענישע פאָלקסירעפּובליק און אועקצופאָרן קיין ישרא?, ארויסנעמענדיק א פאָרמולאר וועגן עמיגרירן.
ווערנדיק מערערע מאָל אויפגעקלערט וועגן דער נרויזאמער?לאגע פון ישרא? בין איך איבערצייגט געוואָרן אז מיין פּלאץ איז דאָ אין דער ר. פ. ר. נישט אין ישרא? ווו איך זאָל ווערן. א קנעכט צו די אימפּעריאליסטן און צו קעמפן קעגן סאָוועטן-פארבאנד, דאָס לאנד װאָס האָט געראטעוועט אונדזער לעבן און אונדזער פרייהייט,
איך ווינטש אז מיין ביישפּי? זאָלן נאָכטון די יעניקע װאָס וואקלען זיך נאָך און הערן זיך
נאָך אפשר צו צו דער פארברעכערישער ציו",
ניסטישער פּראָפּאגאנדע. זאָלן זיי טראכטן אז דאָ איז אונדזער צוקונפט מיט אלץ שענערע פּערספּעקטיוון. איך על אויף ווייטער ארבעטן, בעסער און
מערער כדי ווערט צו האָבן צו טראָגן דעם טיט? פון ארבעט-שלאָגלער,
יִ ארסין פוטערן
מאָנטירער אין דער פֿאבריק ,,װויקטאָריא"
אראך
-איקויבלעטער"
פונעם ישראלה,גו-עדל"
בריוו
,,ס'א גרויס רחמנות אויף די בידנע
מענטשן װאָס קומען נעבעך אהערי'
...איך בעט דיך מיט טרערן אין די אויגן אז דו זאָלסט נעמען ערנסט אל?ץ װאָס איך שרייב דיר. איך ווי? מיך צוריק קערן אין דער ר. פ. ר. און איך שלאָג זיך מיט די פויסטן אין קאָפּ פארוואָס איך בין געקומען קיין ארץישראל. מע האָט מיך פארנארט. דא שטארבט מען פאר הונגער; מען געפינט נישט קיין שטוב צו וווינען. ס'א גרויס רחמנות אויף די בידנע מענטשן װאָס קומען נעבעך אהער. זאָל גאט געבן געזונט די ,,טשעדעאיסטן"(אקטיוויסטן פונעם יירישן דעמאָטראטישן קאָמיטעט. נאָטע פוו דער רעדאקציע) ואס מאכן פּראָפּאגדע נישט צו פאָרן קיין ישרא?, װאָרעם ס'א גרויסע מיזעריע. ס'איז נישטאָ גאָרנישט
| ואָס צו עסן. זאָל מיר גאָט געבן אזא גוט
יאָר וי אמת ס'איז דאָס, ואס איך שרייב...
/כ'האָב נישט קיין געדולד צוֹ שרייבן אזויפיל
ואס פארא מיזעריע דאָ איז. זאָלסט טון װאָס איז מעגלעך מיך צוריקצוברענגען אין דער ר. פ. ר., וויי? אנדעש ווייס איך נישט װאָס עס וועט מיט מיר פּאסירן. איך בעט דיך גי צו דעם חבר מיט וועלכן. מיר האָבן זיך בא פאר מיין אוװעקפאָרן. איך האָף דו דערמאנסט זיך אין אים.. גיי, איך בעט דיך זייער, זאג אז איך בין שטארק אומגליקלעך ואס איך האָב דיך נישט געפאָלגט און אז סע קומט מיר אֶן זיך צו נעמען דאָס לעבן אויב איך ווע? נישט קאָנען צוריק קומען אין דער ר. פ. ר., זע איך בעט דיך זאָלסט מיך נישט לאָזן דא ליידן אסך... האָב רחמנות אויף מיינע אלטע יאָרן... איך בעט דיך נעם דיר עטלעכע טעג אורלויב און זאָלסט ארומלויפן פאר מיר און זאָלסט וויינען אז ס'איז דיר שווער אָן מיר און אפשר וועסטו אויף אזא אופן מיך קאָנען צוריקברענגען.
(פו} א בריוו ואָס עס האָט באקומען.חבר זשאק גאָלד פון בוקארעשט, גאס ראָמולוס 28).
איך וויין טאָג אין נאכט מיין טייערער חבר יאנקו און סוריקא,
..-זיי וויסן אז איך האָב געשוויגן וויי? איך האָב זיך געשעמט צו שרייבן, וויי? דו האָסט מיך געלערנט און איך האָב פארבל?אָנדזעט... איך בעט דיך שטארק, מיר מוחל צו זיין װאָס כ'האָב דיר נישט געשריבן. ס'איז אלץ אזויווי דו האָסט מיר געזאָגט. װאָלט איך דיך געפאָלגט, װאָלט איך גליקלעך געווען. זיי זיכער אז א פאָטער איז נישט אזוי אויפריכטיק וי דו ביסט געווען צו מיר... מענד? און הושיע, זעט צו טון איער ארבעט. ס'איז זייער נוט ווען דער מענטש פאָלגט. װאָלט איך בעסעאויך געפאָלט יאנקון און אלע מיינע חברים. איך וויין טאָג און נאכט.
(פון א בריוו װאָס איז געקומען אויפן אדרעס פון דער יידישער קהלה, פע?טיטשען)
דאָס אָריענטירן צו פּראָדוקטיווער ארבעט
(סוף פון זייט ו')}
ציאנאליסטישן ציוניזם ואס העצט די יירישע ארבעטימענטשן צו פאָרן אין בן-גוריונישן ,נן-עדן", צו פארלאזן אונדזער היימלאנד ווו מיר האָבן גלייכע רעכט מיט אלע אנדערע מיטלעבנדיקע נאציאנאליטעטן, ווו מיר בויען אונדזער זיכערע צוקונפט. עס באדארף געוויזן ווערן דורך פֿאָטא-מאנטאזשן, אפישן, וואנטצייטונגען--- אויסגעשטעלט אין גאס, אינסטיטוציעס, אין ביוראָען, קולטור-היימען,--די שרעקלעכע לאגע אין וועלכער עס געפינען זיך די צענטליקער טויזנטער עולים, און בכל?? די ארבעטנדיקע פון ישראל, אָן פּערספּעקטיוון, רעגנם א. א. ווֹ.
עם דארפן געבראכט ווערן אלס ביישפּי? די נייע טיפּן יידישע ארבעט-ימענטשן, די סטאכאנאָוויסטן וי מאקס לעוו, פּינא שווארץ, אברהם לעקעכמאן, געזא?אזאר א. א.; וי אדאָלף דרוקער א געוועזענער זון פון א בע?מלאכה, היינט א סעקציע-שעף אין א נרויסער מעטאלורגישער אוזינע. עס דארף פֿאָפּולאריזירט ווערן אזא טיפּ יידישער אָנגעשטעלטער וי סאמוילא?עב? פון דער שטאָט פטאלין, װעלכער, שרייבנדיק א בריוו צוֹ דער צייטונג ;וויאצא נאָע" אין שייכות מיט די װאָס זענען פארנארט געװאָרן אין ,הייליקן לאנד" זאָגט: .איך האָב געוווסט צו פּאָלגן צו דער צײַף די פצות פון די 8קטיוויססץ פונעם יידישון דעמאָקראסישן קאָמיטעט, או איך האָב זיך אָפּגעי זאָגט פון פֿאָרן קיין ישראל.* צי דער בריוו פון דער אלמנה דאסקאלו אֶלנא פון ראדעוויץ,
אין וועלכן זי שרייבט אז אלס איאָוועריסטקע, האט די פאָלקס-דעמאָקראטישע מלוכה זי געשיקט זיך היילן אין באָד באזנא, אויף 21 טעג, און זי לעבט א גליקלעך, רויק לעבן, א דאנק דער זאָרג פון דער פּאוטיי און רענירונג. זי שרייבט: ,די ציוניסטישע אגענטן האָבֿן אָבער געפּרוווט צו שטערן מיין רו. פון דער גאם וי איך װוין, זענען 5 פאמיליעם אוועק קיין ישראל, צווישן וועלכע 8 פאמיליעס זענען געווען פון ציוניסטישע אגענטן, איינער פון זיי אין געווען וויינשענקער, וועלכער איז אָנגעקומען קיין אמעריקע,--- א קאָנקרעטער באווייז פון זיין ציוניסטישן ,פּאטריאָטיזם".
די יידישע דעמאָקראטישע קאָמוטעטן גייענדיק אויפן ליכטיקן וועג אָנגעוויזן פון דער פּארטיי, פארשטארקנדיק אלע זייערע ארבעטקאלעקטיוון, און אין ערשטער ריי די אונקאדרירונגס-קאָלעקטיוון, וועלן זי אָריענטירן נאָך מער יידן אויף אלע פּראָדוקציע-געביטן, העלפן הייבן זייער קוואליפיצירונגס-ניוואָ און זייער לעבנס-ניוואָ. זיי דארפן נאך מער אינטענסופיצירן די אויפקלערונגס-ארבעט פון די אקטיוויסטן, פּאָפּולאריזיורן די בריוו פון די אָפּגענארטע--- א פּאָזיטיווע הילף אין זייער ארבעט. אזוי ארום וועלן זיי דערפולן די וויבטיקע אויפגאבע פון העלפן דערציען אלץ מער יידישע ארבעטימענטשן פארן דערפולן און איבערשטייגן אונדזער ערשטן פינףיאָר-פּלאן און דעם עלעקטריפיקאציע פּלֿאן, דעם יסוד פון בויען די ליכטיקע צוקונפט אין אונדזער היימלאנד די ר. פ. ר. האָבנדיק דעם ווונדערבארן ביישפּי? פונעם מעכמיקן= סאָוועטן-פארבאנד.
פּאָליגראפישער צענטער נר. 8-- אינדוסטריעלע מלוכה-אונטערנעמונג.
=
נרֹ. 170
ְ
{ ידיעות| דאָס וואקסן פון דער קרימינאליטעט אין ישראל
תליאביב(אגערפּרעס)--- טאטס מעלדעט: די ישרא?ל-פרעסע גיט איבער וועגן דעם וואקסן פון דער קרימינאליטעט אין לאנד. לוט דעם ראפּאָרט. פון דער דירעקציע פון דער פּאָליציי,
איז אין 1951 געוואקסן די צאָל פֿארברעכנס מיט 48 פּראָצענט און אין די רייען פון דער יוגנט מיט 72 פּראָצענט.
די בן-גוריון-רעגירונג פארהאנדלט מיט בריטישע אימפּעריאליסטו דאָס איבערגעבן מיליטערישע באזעס אין נגב
תל-אביב(אגערפּרעס)-- טאסס מעלדעט: די צייטונג ,קו? העם" פּוב?יצירט א ידיעה, וואָס איז דערשינען אין דער טראנסיאָרדאנישער צייטונג ,,א? באליאד", אין וועלכער עס ווערט געוויזן אז אין לאָנדאָן ווערן ווייטער געפירט די
פארהאנדלונגען מיט די פֿאָרשטייער פון ישראל אין צוזאמענהאנג מיטן איבערגעבן פאר ענגלאנד די באזעס פון נגב, פאר וווינונגען פאר דער ארמיי און לופט-כוחות, צוליב אן ענגלישע פינאנציעלע הילף" געגעבן דער מדינת ישראל,
ישראל- א פּאָליצייאישע מלוכה
תלדאביב(פּאָפּ). דעם 28יטן יאנואר האָט דער ישראליפּארלאמענט מיט א מערהייט שטימען אָנגענומען ביים ערשטן לייענען דאָס ,געזעץ וועגן שטראָפן פאר. אָנפאלן אויף פֹּאֲלֵוציאנטן", וועלכעס די פּראָגרעסיווע פּרעסע שעצט אָפּ וי א שריט צו פארוואנדלען ישראל? אין א פּאָליצייאישער מלוכה.
וי ס'טייל?לט מיט דער ,קול-העם", האָט דער סעקרעטאר פון צ. ק. פון דער קאָמוֹניסטישער פּארטיי פון ישרא? דעפּ. חבר מאיר ווילנער, ארויסטרעטנדיק קעגן דעם דאָזיקן געזעץ, כאראקטעריזירט עס אלס א פאשיסטיש געזעץ. חבר וילנער האָט דערקלעט, אז דאָס דאָזיקע געזעץ איז דאָס ערשטע פון דער סעריע געזעצן, מיט דער הילף פון. וועלכע די רעגירונג צילט, אין הסכם מיט די אינסטרוקציעס פוּן דער אמבאסאדע פון דו פארייניקטע שטאטן, צו שאפן אין ישרא? א רעזשים פון א פּאָלו
צייאישער מלוכה. דער רעדנער האָט אונטערגעשטראָכן אז די רעגירונג נוצט שׁוין אויס די פּאָליציי כדי צו דערשטיקן שטרייקן וי זי האָט דאָס שוֹין געטאָן למשל לגבי די שטרייקנדיקע מאטראָסן און איצט ווי? זי צוציען די אָנטיילנעמער פון שטרייק צו געריכטלעכער פאראנטוואָרטלעכקייט פאר ,אָנפאלן אויף דער פּאָלוצײי". די שטראָפן ואס עם שטעלט איין דאָס נייע געזעץ, זעט פאָר פון 3 חדשים ביז 8 יאר תפיסה. איצט גרייט צו די ישראלירעגירונג נאָך איין אנטידעמאָקראטיש געזעין וועגן פארברעכנס קעגן דער מלוכה", װאָס וועט געבן דער רעגירונג די מעגלעכקייט צו פארבאָטן באזונדערע אָרגאניזאציעס און דורכפירן ווילקירלעכע ארעסטן. דער חבר וילנער האָט דערקלערט אז די קאָמוניסטישע פּארטיי פון ישראל פּראָטעסטיהט קעגן די דאָזיקע שריט פון דער רעגירונג, וואָס האָבֿן פאר א צי? צו פאשיזירן די מלוכה ישראל.
נייע פּרייז-העכערונגען אין ישראל
תל-אביב(אגערפּרעס)--- טאסס מעלדעט: אלע צייטונגען פון ישרא? שרייבן טעגלעך וועגן דעם אומאויפהערלעכן וואקסן פון די פּרייזן, סיי פון די אלימענטארע פּראָדוקטן און סיי פון די פּראָדוקטן פון ברייטן געברויך. אויפדעקנדיק די סיבות פונעם וואקסן פון די פּרײיזן, שרייבט די צייטונג ,קו? העם" אז דאָס איז פּראָוואָצירט געװאָרן באזונדערס פו
נעם העכערן די מיליטערישע הוצאות מיט 180 פּראָצענט, לויט פאריאָרן.
די ישראלישע?ירע איז דעוואַלאָריזירט נעװאָרן אין פארגלייך מיטן דאָלאר, און אלע סחורות וװואָס זענען געקויפט געוװואָרן אויפן חשבון פון דער אזוי גערופענער ,,אמעריקאנער הילף, ווערן פארקויפט הריי מאָ? טייערער.
נייע מאנעוורעס פון דער ישראל-רעגירונג בנוגע רעדוצירן דעם לעבנס ניװואָ פון דער באפעלקערונג
תל-אביב(אגערפּרעס)--- טאסס מעלדעט: אלע צייטונגען האָבן פארעפנטלעכט אז דער פּרעמיער-מיניסטער בן-גוריון ברענגט, דעם 8טן פעברואר, פארן פּארלאמענט א נייעם פּלאן פוֹן אזוי גערופענער אנטוויקלונג פון דער עקאָנאָמיע פונעם?אנר.
וי עס ווייזט אָן די צייטונג ,על המשמר", האָט דער מיניסטער נפתלי געמאָלדן, און א פּרעסע-קאָנפערענץ וואָס איז פאָרגעקומען דעם 2טן פעברואר אין ירושלים, דאָס שאפן אן עקאנאמישן ראט".
די צייטונג ,קו? העם" קוואליפיצירט דעם נויעם פּלאן אלם א נייעם פּראָגראם פון אלן מער רעדוצירן דעם לעבנס-ניוואָ פונעם פאָלק. די צייטונג שטרייכט אונטער אז דער דאָזיקער פּלאן וועט זיך באזירן אויף אן אומאויפהערלעכן וואקסן פון די פּרײזן, ווייל פאר די דאָלארן ווערן פעסטגעשטעלט מערערע וועקסלקורסן; עס וועלן אנולירט ווערן די סובווענציעס פארן פאבריצירן אסך סחורות. די רעגירונג האָט בדעה צו פאראָרדענען דאָס פארפרירן די פֿוינען.
די שווערע עקאָנאָמישע לאגע פון דער מרינת ישראל
תליאביב 9(אגערפּרעס).--- טעלעפֿרעס גיט איבער: די צייטונג ,הארץ", דער אָרגאן פון דער ישראלישער גרויסיבורזשואזיע, שרייבט אז די טעקסטיל-יאונטערנעמונגען פון ישראל האָבן פארקלענערט זייער פּראָדוקציע מיט 90 --80 פּראָצענט און עס איז מעגלעך אז אינגיכן וועלן זיי אין גאנצן אָפּשטעלן זייער טעטיקייט.
דער פּטאטיסטישער ביורא פון ישראל מעל
דעט, אז אין 1981 איז געפאלן די אייל-פּראָדוקציע מיט 11 פּראָצענט, די מארגאריןפּראָדוקציע מיט 88 פּראָצענט און די מעליפּראָדוקציע מיט 94 פּראָצענט אין פארגלייך מיטן יאר 1980,
אין ישראל האלט דער מיניסטאָרן-ראט כמעט יעדן טאָג ,אויסערגעוויינ?עכע" זיצונגען, כדי צו באשמועסן די קאטאסטראפאלע ווירטשאפטלעכע סיטואציע פונעם לאנד.
יקול העם", דער אָרגאן פון דער.קאָמוניסטישער פארטיי פון ישראל האָט דערפולט 15 יאָר פון זיין דערשילנונג
תלדאביב(אגערפּרעס)--- טעלעפּרעסס מע?-
דעט: אין די שטעט יפו, צפת, חיפה און רמלה, זענען פאָרגעקומען פייערלעכע פארזאמלונגען מיט דער געלעגנהייט פון פייערן 18 יאָר זייט דעם דערשיינען פונעם ערשטן נומער פון דער צייטונג ,,קו?-העם", דער אָרגאן פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון ישראל, און 5 יאר זייטן ארויסגעבן די צייטונג אלם א טעגלעכע צייטונג.
נעמענדיק דאָם װאָרט ביי דער פארזאמלונג אין דער שטאָט רמלה, האָט צבי ברייטשטיין, דער שעף-רעדאקטאָר פון ,,קול-העם" דערקלערט
אז זייט דער ,קו?-העם" איז דערשינען נאָך אלם א אילעגאלע צייטונג אין דער צייט פונעם ענגלישן מאנדאט איבער פּאלעסטינע און בין איצט, האָט די צייטונג געקעמפט פאר שלום און זעלבשטענדיקייט.
אין משך פון דער וואך, וועלן אין חיפה און אין ירושלים פאָרקומען מאסן-פארזאמלונגען ביי וועלכע עס וועלן נעמען דאָס װאָרט דער גענעראל-סעקרעטאר פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי, מיקוניס, און אנדערע חשובע פאָרשטייער פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון ישראל.
דאזדפ סאו אסמאזאז-- 3 זא 0זחא201.168 ז/וחדאתס
שא