Jahrgang 
173 (1952) נר. 173 7-טער יאָרגנג
Seite
4
Einzelbild herunterladen

לייענער, שטעל זיך פאָר דאָס פאָלגנדיקע בילך: א פרעמדע מלוכה האָט אויפגעבויט אויף דער טעריטאָריע פון אן אנדער לאנד אעראָר דראמען, אינסטאלירנדיק דאָרט זיינע פלוגצייגן. אין. די שטעט פון דעם לאנד שפּאצירן אויף די גאסן פרעמדע סאָלדאטן. איינער פון די הױפּט-פּלעצער פוז דער הױפּט-שטאָט איז איז בערגעגאנגען אין גאנצן אין רשות פון דער פרעמדער ארמיי. די צייטונגען שרייבן אז די אדמיניסטראציע פון אן אלטער אוניווערסיטעט, האָט געפאָדערט ביי די אױיטאָריטעטן זיי זאָלן פארמאכן דאָס שאנד-הויז וואָס איז אינסטאלירט געװואָרן אויף דער טעריטאָריע פון דער אוני­ווערסיטעט פאר די אָפיצירן און סאָלדאטן פון דער פרעמדער ארמיי. די ביכער-שטעלן זענען פארפלייצט מיט א פּֿאָרנאָגראפישער ליטערא­מור און אויף די עקראנען ווייזט מען פילמען וועלֿכע פארהערלעכן די בעסטיאליטעטן פון די פרעמדע אָפיצירן און סאָלדאטן. איר וועט מיך פרעגן: ,ואס פאר א לאנד איז דאָס?" ס'איז נישט שווער אייך צו ענט­פערן: ס'איז די רייד פונעם היינטיקן ענגלאנד, װאָס געפינט זיך אונטערן יאָך פון דער אמער ריקאנער אָקופּאציע. ענגלאנד איז נאָר פארמעל א זעלבשטענדיקע מלוכה, וואָס קאָנטראלירט נישט מער איר עקא. נאָמיע און אירע פינאנפן, װאָס דיריזשירט נישט איר האנדל, ואס האָט נישט אירע אייגענע רוישטאָפן, און איז נישט באלעבאָס איבער אירע אייגענע אינדוסטריעלע קוואלן, און נישט איבער איר אייגענער ארמיי. ס'זענען פארביי דריי יאָר זייט מען האָט צום ערשטן מאָ? געהערט איבער ענגלאנר דעם געד . רוישׁ פון די אמעריקאנער באָמבארדירער. זיי זענען געקומען, וי מען האָט דעמלט געזאָגט, צו גאסט". אנהױיב 1950 האָט די לייבאָריסטישע רעגי­רונג געחתמעט אין וואשינגטאָן א פּאקט לויט וועלכן ס'זענען צוגעקומען צו די ,,געסט" נאך 0 אמעריקאנער פליענדיקע פעסטונגען. סוף 90 זענען אין ענגלאנד שוין געווען 46.800 אמעריקאנער אוויאטאָרן. לוט פּראָװיזאָרישע דאטן איז די צאָל פון אמעריקאנער אוויאטאָרן וועלכע געפינען זיך חיינט אין. ענגלאנד איבער 20.000 אחוץ דעם אן ערך 10.000 מאן הילפסיפּערסאָנאל. היינטיקן טאָג זענען פאראן אמעריקאנער מילי טערישע באזעס נישט נאָך און מזרח-ענגלאנר נאָר אויך אין די קאמיטאטן אָקספּאָרד און וואָ. טשעסטער, אין בערקשייד, לענקעשייד און אין

דער, המעריב" האָט ויך טועה געועו...

דער סקאנדאליעזער באשלוס פון דער מפּא"יז יש-קלעריקאלער כנסת-מערהייט וועגן פירן אונ­טערהאנדלונגען מיט דער באָנער נאצישער קלי­קע מכוח ,רעפּאראציעם" האָט ארויסגערופן אנטוישונג און צאָרן אפילו ביי א טייל געטרייע בן-גוריון-אָנהענגער. כאראקטעריסטיש אין דעם פאל איז די אנקעטע, וועלכע איז אָרגאניזירט געװואָרן דורכן היגן ,,המעריב". דאָס דאָזיקע נעלע בלעט? איז געווען לכתחילה זיכער, אז 40 פּראָצענט פון זיינע פארפירטע לייענער, וועלן זיך ארויסזאָגן פאר אונטערהאנדלונגען, לסוף האָבן אָבער 90 פּראָצענט ארויסגעזאָגט זיך קעגן! נאָכן באקומען אזא פּאטש אין פּנים, האָבן די דאָזיקע בן-גוריונישע טעלער-לעקער איבערגעריסן דאָס ווייטערדיקע פירן די אויבנ­דערמאָנטע אנקעטע.

דער גייער אמעריקאגער גאולייטער

סוף יאנואר ד. י. איז אראָפּגעקומען דער אז מעריקאנער קאָמיסאר פאר ישראליענינים מאק דאניעל. דער דאָזיקער וואָ?-סטריט-,דזשענטל­מען". האָט. די אויפגאבע צו. קאָנטראָלירן די פינאנסן און עקאָנאָמיק פוּן ישרא?, ווי אויך דֶעם האנד? און די רוישטאָפן. עס איז נישטאָ קיין ספק, אז ער איז אויך דער מַמוּנֹה איבער די מיליטערישע און פּאָליטישע ענינים פון לאנד.. בכל?? נענומען, האָבן מיר לעצטנס. א גערעטעניש פון אמעריקאנער ,ספּעציאליסטן" פון. כ? המינים.

זינט דעם אנקום פונעם אמעריקאנער קאָ. מיסאר האָט זיך נאך מער פארשטארקט דער אנגריף. קעגן די ארבעטער און פאלקסדמאקן, עס איז געשטיגן די אינפלאציע און עס האָט זיך פארשטארקט דער הונגער.

איינע פון די ערשטע פאָדערונגען פונעם אי מעריקאנער דעחזזאָגער איז געווען, אז די רע" נירונג זאָל דרייפאכיק אראָפּנידערן דעם אֲפי­ציעלן קורס פון דער ישראל-לירע,, מיט וועלכער זי באצאָלט פאר אמעריקאנער סחורות. אין רעזולטאט פון דער דאָזיקער פֿאראָרדענונג, איז דער פּרייז פון דער?ירע געפאלן פון 1.80 ביז 0 אין באצוג צום דאָלאר. דער קורם פון פונט שטערלינג גאָלד איז געשטיגן פון 2 לו­רעס ביז 41.

.איקוףיבלעטער"

די יענקיס אין ענגלאנד

פוז ראלף פארקער

די דרוםיגעגענטן. ס'זענען אויך פאראן אה זעלכע באזעם אין סקאטלאנד. אין די לעצטע 8 חדשים זענען געמאכט געוװואָרן אויף די אמעריקאנער מיליטערישע פלוג-באזעס פון ענג­לאנד, ריזיקע קאָנסטרוקציעם אויפן חשבון פון די ענגלישע שטייער-צאָלערס.

וואָםס מער מען דריקט צונויף די צוואנג אין וועלֿכער ס'איז אריינגעפאלן ענגלאנר, בייטן אלץ די אמעריקאנער הערשער דעם טאָן ווען זי רעדן וועגן דעם צוועק פון זייערע באה זעם. מ'רעדט נישט מער פון ,געסט מיט גוז טע אינטענציעס/ און מען דערמאנט נישט מער וועגן ,רעטער" און ,באשיצער". ,מיר זענען נישט דאָ צו באשיצן די ענגלענדער" דערקלערן אויפריכטיק די אמעריקאנער אוויאטאָרן. ,די ענגלענדער דארפן זיין די ערשטע וועלכע דארפן אנעמען אונדזערע און די לעגאלע פאָדערונג פון דער מערב-סטראטעגיע צו באנוצן ענג­לאנד אלס אטאמישע באזע"--- שרייבט ,ניו יאָרק טיימס"--- דער אָרגאן פון די מאגנאטן פון וואָל-סטריט.

די אמעריקאנער האָבן אויסגעטאָן די פיז לֿאנטראָפּישע מאסקע פון זייערע אראָגאנטע פּנימער און פירן זיך אויף אין ענגלאנד, נישט אזויווי געסט נאָר וי בעלי-בתים, וי באזיגער.

אין רעגענטיפּארק--- דער באליבטער אִפּרוֹ­פּלאץ פון די לאָנדאָנער בירגער וועלכע וווי­נען אין צפון פון דער שטאָט, איז פאראן א גרויסע געביידע ארומגערינגלט מיט שטענדיק גרינע קוסטעם און מיט א צוויי מעטער הויכן פּלֿױיט. אין דער דאָזיקער געביידע האלטן אָפּ קאָנפערענצן אמעריקאנער גענעראלן, אמיראלן און דיפּלאָמאטן וי אויך אנדערע אָפיציאליטעטן וועלכע דיריזשירן די פּראָבלעמן פון ,באשיצן" און ,פארזיכערן".

ווען ס'ווערט אָפּגעהאלטן אזא מין קאָנפע­רעניץ פּאטרולירן אויף די גאסן ארום דער געז ביידע, אגענטן פונעם אמעריקאנער געהיים­דינסט אָנגעטון אין ציוויל-קליידער.

דאָס אלץ קומט פאָר אין א לאנד װואָס איז פאָרמעל פריי און וועלכעס רופט זיך נאָך אַן א ,גרויסמאכט".

פארנאכט פירן לֿאסט-יאויטאָס און טאקסיס, אמעריקאנער סאָלדאטן און אָפיציר} אין די רעסטאוראנטן. מיט די יענקיס קומען אויך מיט פּראָסטיטוטקעס. ליארמענ"

דיק מאָנען די אמעריקאנער געטראנק און וועטן זיך' ווער ס'וועט זיך פריער אָנשיכורן. ארוים­קומענדיק שיכור אין גאס, טשעפּען זיי זיך צו פרויען און מייד?עך, פּראוואָצירנדיק שלעגע­רייען. אזא מין סקאנדא? איז פאָרגעקומען ערשט נישט?אנג אין קעמברידזש און האָט זיך פארענדיקט מיט 6 פארווונדעטע און איין טויטן. פאר עטלעכע טעג האָבן שיכורע יענקים אטאקירט אן ענגלישן יוגנטלעכן גאָו ו עו מאו', ואס ער האָט געטראָגן א רויטע קראוואטע.

די ארטשׂאפט בערטאָנוווד איז באזעצט פון אמעריקאנער; נישט ווייט פון דער דאָזיקער אָרטשאפט איז די שטאָט ווארינגטאָן. איבער 00 פאמיליעם האָבן נישט קיין ווינונגען. אין דער עלעמענטאר-שו? ווערן די לעקציעס געהאלטן אין קיך און אין קאָרידאָר ווייל די שולן זענען איבערפו?ט. אז קינדער ווערן קראנק האָט די מוטער דאָס רעכט צו אינטער­נירן נאֶו דאס ערשטע קינד אין שפּיטאָל; די איבעריקע דארף זי פלעגן אין דער חיים. אין דער זעלבער צייט פעל?ט די אמעריקאנער, וועל" כע געפינען זיך אין בערטאָנוווד, קיין שום זאך נישט. זי זענען ווונדערבאר איינגעאָרדנעט.

די יענקישע אינוואזיע אין ענגלאנד האָט פארערגערט דאָס לעבן פוז די ארבעטס-ימענטשן. אין ענגלאנד עקזיסטירט נאָך עד-היום דער סיסטעם פון לעבנם-מיט? קארטעלן, און ס'איז נישטאָ קיין שום האָפענונג זיי זאָלן אויפגעלעזט ווערן. נאך מער: די רענירונג פארגרעסער כסדר די פּרייזן פון פלייש, פעטס, מילעך, צו­קער א. א. וו. די ארבעטער און די קליינע פארמערס?עבן אין א שרעק?עכער נויט, זייע­רע קינדער קענען נישט גיין אין קײין שול אין דער צייט ווען די אָקופּאנטן לעבן אין לוקס. זיי פיל?ן זיך אין ענגלאנד ווי ביי זיך אין דער היים,--- נאך מער, וי אין א קאָלאָניע.

די אמעריקאנער אינוואזיע אין ענגלאנד ווערט געשטיצט פון א ברייטער פּראָפּאגאנדע וועלֿכע האָט דעם צוועק צו פארדעקן פארן ננגלישן פאָלק די אמתדיקע אינטענציעס פון די פארייניקטע שטאטן און צו פּֿאָפּולאריזירן דעם ,אמעריקאנער לעבנס-שטייגער". די מי­ליאָנערן-- די אייגנטימער פון די ענגלישע צייטונגען--- טוען אלץ כדי ס'זאָלן נישט דער­שיינען די ארטיקלען וועלכע זאָלן אָפּשפּיגלען די אמתע לאגע פון ענגלאנד.

יי

ישראל אונטער אמעריקאנער יאָ |

פון א. מיילינג

דער פּוע?-יוצא פון דער דאָזיקער אינפלא­ציע איז: דאָס בארייכערן זיך פוֹן די שפּעקו­לאנטן, וועמענס סחורות עס שטייגן פון טאָג צו טאָג און די ווייטערדיקע קאטאסטראפאלע אראָפּנידערונג פון ארבעטסדלוין און ביינאנד דערמיט דעם לעבנסניווא פון די ברייטסטע שיכטן ארבעטנדיקע.

דער הױפּט-צי? פון דעם דאָזיקן אמעריקא-ז נער גאולייטער איז אָבער נישט בלויז ארויס­ציען קאָלאָסאלע רווחים פאר די אמעריקאנער געווער-צושטעלער. עס האנדלט זיך אין פאר­וואנדלען ישראל אין א קריגס-יבאזע פונעם אי מעריקאנער אימפּעריאליזם.

וילנדיק אױיפֿפירן געטריי די באפעלן פון אירע אמעריקאנער אפּוטרופּסים, באמיט זיך די בן-גוריון-רעגירונג ארויסצוציען דעם לעצטן מארך פון די הונגעריקע און נויט-ליידנדיקע פאלקסימאסן. זי פירט א פּאָליטיק פון ,אָפּי שפּאָרונגען", כדי צו באקומען נייע מיליאָנען אויף כאוואָפענונגען. איינער פון די ערשטע שריט אויפן דאָזיקן געביט איז געווען דאָס אנולירן די רעגירונגס-סובסידיעס אויף א ריי ארטיקלען. אין רעזולטאט דערפון האָט זיך נאָך מער פארשטארקט דער יקרות. אזוי. למשל, איז דער פּרײיז פון א פּאָר שׁיך, װאָס מען. באה קומט אויף ,נקודות"(קארטן) געשטיגן מיט 40 פּראָצענט. אויך אנדערע ארטיקלען פונעם מאסז-געברויך זענען געשטיגן ביז 70 פּראָצענט. אנאליזירנדיק די פאָלקספיינטלעכע פּאָליטיק פון דער בן-גוריון-רעגירונג שרייבט דער קול­העם":

.דער זיכערהייטס-בודזשעט אויפן 1952 יאָר (חוץ דעם בודזשעט פאר פּאָליצײי) איז געשטיגן אין פארגלייך מיטן פאָריקן יאר אויף 188 פַּראָצענט. פארשטענדלעך, אז דער דאָזיקער שפּרונג קומט פאָר אויפן חשבון פון אנולירן די סובסידיעס אויף די נויטווענדיקסטע ארטיק­לֶען, כדי צו פארווענדן די דאָזיקע ריזיקע סו­מעם אויף קריגס-צילן, ואס ווערן דיקטירט דורך וואשיננטאָן".

מורא-האָבנדיק פאר דער שטייגנדיקער פאר­ביטערונג פון די פאָלקס-מאסן, באמיען זיך די רעגירונגס-פארשטייער איינוויגן זיי דורך כלערליי שקר-דרייד?עך. דער מיניסטער דוב יוסף האָט ציניש דערקלערט: ,, מיר זענען א אָרעם פאָלק, ס'וועט נישט זיין לאָגיש צו וועלן לעבן, ווי רייבע"...

לויטן באפע? פון די ,הלוואה"יגעבער זעז נען די לעצטע טעג אָפּגעשטעלט געוואָרן כמעט אלע עפנטלעכע ארבעטן. טויזנטער ארבעטער זענען ארויסגעוואָרפן געװאָרן אויף דער גאס, פארגרעסערנדיק נאָך מער די ארמיי פון אר­בעטסלאָזע אין ישראל. ס'איז איבעריק צוצו­געבן, אז די ב}-גוריון-לייט רעכענען זיך נישט מיט קיין ,סענטימענטן" ל?גבי די נייע אימי­גראנטן.

5 יאֲוֹ חפיסה אָנשטאָט ברויט אוץ א ראן איבערן קאָפּ

דער שוין דורך אונדךז ציטירטער דוב יוסף האָט די טעג אויפגעדעקט, וי אזוי די מפּא"ישע קליקע ווי? באקעמפן דעם אומפארמיידלעכן אויסברוך. פונעם פאָלקס-צאָרן. אויפטרעטנדיק אי דער כנסת, איז ער מיט צאָרן אָנגעפאלן אויף די ריכטער, הלמאי זיי באציען זיך מיט אזוי פי? חסד צו די ,פארברעכער", וועלכע שטעלן זיך קעגן דער פּאָליצײי, בעת די לעצטע פולט אוים איר ,,פליכט"(אנפאלן מיט גומענע שטעקנם און ביקסן-קאָלבעס אויף שטרייקנדיקע ארבעטער און דעמאָנסטרירנדיקע אימיגראנט; הייסט ביים דאָזיקן מיניסטער ,,אויספולן די פליכט"). די קאָאליציע פון די רבנים אין דער בן-גוריונישער קליקע האָט באשלאָסן צו באה שטראָפן אזעלכע ,פארברעכער" ביז... 5 יאָר תפיסה.

דאָס דאָזיקע אנטי-דעמאָקראטישע געזעץ איז באלד אָנגעווענדט געוואָרן לגבי די נייע אימו­גראנטן פון דער מעברה רמת-השכון. נאָך די פארפלייצונגען האָבן די איינוווינער פונעם אויבנדערמאנטן לאָגער אָרגאניזירט א פארזאט­לונג אונטערן ל?אָזונג: ,באראקן אָנשטאָט גע­

כר.!178

געבראכט קיין ענגלאנר ווערטער= און באגריפן, גענומען= אמ מיינסטן, פון דער וועלט פון מאָרדר און אויסגעלאסנקויט. די יענקיס האָבן געבראכט קראוואטעס אויף וועלכע ס'זענען אוױיסגעמאָלן האלב נאקעטע ,פילם-סטארס"; זיי האָבן גנעד בראכט זייער ווילדן פוסבאל-שפּי?, ביי וועלכן אן עקיפּע פון וו מענטשן דארף האָבן 40---85 רעזערווע-שפּילער

די אמעריקאנער סטארען זיך בייצוברענגען די ענגלענדער דעם געשמאק פאר די האָליוװוד" פילמען ואס רעפּרעזענטירן די גרויזאמקייטן פון די ,איבערמענטשן" פון קאנסאם, װאָס בא ווארפן מיט בל?אָטע אלץ װאָס איז ערלעך, אלץ װאָס איז פארגעשריטן.

די לעצטע. זעקס חדשים, כאראקטעריזירן זיך דורכן וואקסן פוֹן דער אומצופרידנקייט פון די ענגלענדער מיט דער אמעריקאנער אָקוְפּא" ציע. די דאָזיקע אומצופרידנקייט נעמט אָן אן אלץ גרעסערע מאָס. אלץ עפטער הערן זיך צאָרה נוקע אויסגעשרייען פון די פּשוטע מענטשן וועלֿכע פאָדערן מ'זאָ? פארטרייבן די יענקיס פון ענגלאנד. אין די שטעט און דערפער ווערן ארגאניזירט דעמאָנסטראציעס אונטער דער לאה זונג ,אמעריקאנער,. פארט אהיים!" אין אייניקע שטעט פו? מיט אמעריקאגער, זאָגן זיך אָפּ די אייגנטיומער פון די האָטעלן צו געבן צימערן פאר די אמעריקאנער. ס'פארגייט נישט א טאָג ס'זאָ? נישט פאָרקומען ערגעץ אין לאנד א פּראָטעסט-דעמאָנסטראציע, קעגן די האָליוװודער פילמען װאָס פּראָפּאגירן דעם פא" שיזם. אין ברעדפאָרד, האָבן די שלום-קעמפער פאר א קינא-תעפּרעזענטאציע פארשפּרייט מאני­פעסטן מיט דער אויפשריפט: ,גיפט, נישט אי ראָפּשלינגען!" אלע שיכטן פון דער ענג­לושער באפעלקערונג זענען אומצופרידן מיט די אמעריקאנער. איינער פון די פארשטייער פון דער שטאָט נארוויטש דערציילט:

אלע מיידלעך זאָגן זיך אָפּ צו באזוכן די אמעריקאנער= טאנץללאָקאלן"... ,איך וואָלט גיכער די אמעריקאנער געפירט אין א וואָגן מיט שטרוי"--- זאָגט אן ענגלישער טאקסי-שאָפער.

װאָס מער די אמעריקאנער ,געסט" צעוויק­לֿען זייערע אגרעסיווע פּלענער, הויבן אָן אלץ מער מיליאָנען פּשוטע מענטשן פון ענג­לאנד צו פארשטיין מיט וועמען זיי האָבן צו טון. אָט פארוואָס ס'וואקסן די רייען פון די שלום-פּארטיזאנער אין ענגלאנד, אט פאַרװואָס ס'הערן זיך אלץ קרעפטיקער אין ענגלאנד די ווערטער: ,,יענקיס, טראָגט אייך אָפּ אהיים, קיי! אמעריקע!"

אמעריקע האָט

צעל?טן". בעת דער פארזאמלונג זענען אין לאה גער אָנגעקומען אויטאָמאָבילן מיט באוואָפַנ­טע פּאָליציאנטן. די פּאָליציײי האָט זיך אריינ­געריסן אין זאל און געשלאָגן ביז ב?וט די פארזאמלטע מיט ביקסןזקאָלבעס און שטעקנס. די צעיושעטע בן-גוריון-פּאָליציי האָט זיך גע­לאָזט אין א ווילד געיעג נאָך די אנטלויפנדיקע מענטשן. די פּאָליצייאישע אויטאָס זענען אֶנֵי געפולט געוװואָרן מיט די דאָזיקע געפערלעכע ,;פארברעכער", וועלכע האָבן געהאט די ,העזה" צו פאדערן א דאך איבערן קאָפּ און זיי אֶפּי געפורט אין תפיסה.

די מפּא"י-פירער וויל?ן איצט דורכפירן אין דער כנסת א נייעם שענדלעכן געזעץ, װאָס זעט פאָר צו באגרענעצן דֶעם סכום פּאפּיר פאר די ציימונגען, װאָס קעמפן פאר שלום. װוידער איז אויפגעטרעטן דער בן-גוריונישער ראש המר-י ברים דוב יוסף, וועלכער האָט ,אויפגעוויזן", אז אין ישרא? איז פֿאראן צופי? ,פרייהייט" פאר דער פּרעסע... ו

רי ישראל מאסן קעמפט פאור שלוס, קעגן מלוחמה

אָבער די ישרא?-מאסן טראכטן אנדערש ווי עס ווילן דאָס די מפּא"ישע פאלקס-פארעטער. וועגן דעם זאָגט עדות די גרויסע שטרייק­כוואליע, וואָס האָט ארומגעכאפּט דאָס לאנד און די דערפאָלגרויכע שלום-קאנפּאניע,' װאָס דערנרייכט שוין 400 טויזנט אונטערשריפטן אונטערן אפּע? פונעם אלווע?טלעכן שלום­ראט.

תל?יאביב געפינט זיך נאָך אונטערן טיפן איינדרוק פון דער לעצטער גרויסער מאסן-פאר­זאמלונג, װאָס איז אָרגאניזירט געװאָרן דורפן תל-אביבער קאָמיטעט פון די שלום-פארטיידי­קער און אין וועלכער עס האָבן זיך באטייליקט שרייבער, קינסטלער און פּאָליטישע טוער, צווישן אנד.: יצחק גרינבוים, א. שלֿאָנסקי, אבי שאול, ד"ר אייזנשטאט, משה סנה און אנ­דערע. ווייט. אויף דער נאס האָבן זיך געהערט די אויסרופן און לאָזונגען פון דער פיל-טויזנט­קעפּיקער צעשטורעמטער מאסע: ,מיר ווילן נישט קיין מלחמה", ,די מלחמה איז א טויט­געפאר פארן יידישן פאָלק!" ,,ישׁרא? וועט נישט זיין קיין באזע פאר די אטעריקאנער מלחמה­אונטערצינדער!"

יי יי יי יי ר יי יי יו יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי 1 יי יי יי יז יי יי יע יי יז יי יי יי יי ר יי יי יי יי יי יל יי יי=.

פּאליגראפישער צענטער נר. 8-- אינדוסטריעלע מלוכה-אונטערנעמונג.

זאזדפ חס סאז קס8חדאז-- 38 זא 10ז8א88ות0ק תוסטדאםס