Jahrgang 
174 (1952) נר. 174 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

נר. 174

ח

היינט, רעם 81 אוינוסט 1942, ווען איך הויב אֶן די דאָזיקע. אין בלֿוט און אין טרערן גע­טונקענע שורות, האָט זיך געשטעלט דער פערציקסטער טאָג, זינט די מערדערישע היט" לעריסטישע הינט צוזאמען מיט די נידערטרעכ­טיקע אויפווורפן, ואס מען רופט יידישע פּאָ­ליצוו.--- פארטיליקן און ברענגען אום אויף אן אכזריותדיקן אופן--- די גאנצע יידישע בא" פעלקערונג פוּן ווארשעווער געטאָ.

דאָס ווארשעווער געטאָ, ארומגעצוימט פון אלע זייטן מיט וויסטע מויערן, װאָס די ייךו­שע קהלה האָט געשטעלט פאר איר געלט, האָט ביזן 292 יולי 1942 געציילט אן ערך פון דריי הונדערט און פופציק טויזנט נפשות. מען האָט זיך געשטיקט און געװואָרגן אין די ענגע פאר­ברודיקטע, חושכדיקע גאסן.

דער טיפוס וואָס האָט געבושעוועט א גאנצן ווינטער, האָט געשניטן, וי מיט קאָסעס, דער הונגער האָט צוגענומען פון פיער ביז פינף טויזנט יידישע נפשות א חודש. די היטלעריס­טישע הינט האָבן געשאָסן און אומגעבראכט מענטשן אלע אנדערן טאָג, פונדעסטוועגן האָבן יידן געלעבט(א קליינער פּראָצענט גוט גע­לעבט) און נישט פארלוירן דעם בטחון, אז סוף כ? מוף וועט מען דעם משוגענעם הונט, דעם ווע?לטימערדער איבערלעבן.

איז אָבער געקומען א שווארצער טאָג, רער שווארצסטער אפשר אין דער גאנצער געשיכ­טע--- דער טאָג פון 22 יולי 1942...

ס'איז נישטאָ די פעדער, װאָס זאָל בכח זיין אויסצושרייבן אונזער גרויסע בראָך. ס'איז נישטאָ דער דיכטער, נישטאָ דער נביא, װאָס זאָל זיין אומשטאנד אױיסצוקלאָגן די קלאָג פון אונזערע מאמעס, בי וועלכע מען האָט אין מיטן העלן טאָג אוועקגעריסן זייערע קינדער -= און אומגעברענגט, וי מען ברענגט אום שטשורעס,

און אוב איך ווי? פארצייכענען די דאָזיקע שרעקלעכע שורות, איז עס דערפאר, וויי? איך ווייס נישט, צוּ עס וװעט נאָך עמיצער בלייבן, װאָס זאָל עס דערציילן. איך ווייס אויך נישט מיין אייגענעם גורל.

ביז היינט איז שוין אומגעקומען צוויי מאָל הונדערט טויזנט יירן--- אלט און יונג, פרוי­ען און קינדער. דער גוֹר? פון די איבערגעבלו­בענע הונדערט און פופציק טויזנט איז אויך א געחתמעטער. הלוואי כ'זאָ? זאָנג ליגנס, אָבער לויט וי עס גייט,. וועט קיין איינער פון אונז נישט בלייבן צווישן די?עבעדיקע.

איך ווי? דעריבער, אז די גרויסע וועלט (אויב אזעלכע איז נאָך ערגעץ ווו דאָ) זאָל כאָטש אין א געוויסע מאָס געוװואָר ווערן, וי אזוו... מען האָט אונז אױסגעשאָכטן.

אוב מיינע שורות זועלן זיין כאאָטיש, אויב די דאטעס וועלן נישט אין גאנצן שטימען, זאָל מען מיר מוח? זיין. איך ווייס אליין נישט, ווו אזוי איך קאָן נאָך האלטן א פעדער אין דער האנט.

אייגנטלעך האָט זיך דאָס וויסטע אומגליק אָנגעהויבן שוין דעם 17יטן אפּרי?ל 1942, ס'איז געווען דעמלט פרייטאָג. אין גאס האָבן זיך פארשפּרײיט זייערע אומרויקע קלאנגען. אויף קלאָר האָט מען גאָרנישט געוווסט. אָבער שוין זעקס א זיינער פארנאכט האָט זיך די יידישע באפעלקערונג באמיט צו זיין אין דער היים. די גאס האָט אויסגעזעען, ווו ערב-יום­בפּור פאר? נדרי". א פּחד, אנ'אימה איז געלעגן אױסגעגאָסן אויף די מענטשלעכע פּני­מער, אויף די אָפּגערױימטע נראָטוארן, אויף די אָפּגעשלאָסענע הייזער, און אפילו אויף מחנות הונגעריקע בעטלער, ואס זיינען בא­צייטנס אנטלאָפן אין זייערע לעכער אריין,

און אין מיטן דער נאכט פון פרייטאָג אויף שבת האָט עס זיך אָנגעהויבן. די דייטשישע תלינים זיינען פארפאָרן אין יידישן געטא, אָנ­געקלאפּט אין דער, אָדער אין יענער טיר,(אויב דער סטרוזש, א יידישער פארשטייט זיך, האָט אזוי גיך דאָס טויער נישט געעפנט--- האט מען אים אויפן אָרט דערשאָסן.)

די תלינים זיינען אריין און יידישע שטיבן, ארויסגעשלעפּט עטלעכע און פופציק יירישע מענטשן, מענער און פרויען, באפוילן אראָפ­ניין אויף דער גאס, געהייסן מאכן עטלעכע טריט פֿאָרױיס און פון הינטן געשאָסן אין קאָפּ אריין. אויף יעדער גאס כמעט איז געלעגן א דערשאָסענער,--- געלעגן, אזויווי א געפּגר­טער הונט.

פיער און פופציק הרוֹגים האָבן זיך געווא?­גערט אין די רינשטאָקן. פיער און פופציק לויות האָבן זיך צומאָרגנס, באהאלטענערהייט געשלייכט צום גענשער בית-עולם, וואָס געפינט זיך אויסערן געטאָ--- און מען מוז האָבן א ספּעציעלע ערלויבעניש אהין אריינצוקומען.

פון יענעם פריימאָג צו נאכטס אַ}-- האָט

,איקוףיבלעטער"

ור ב

ראָס איו א כתבייד, װאָס אי געפּונען געואָרן איגעם צווייטן טייל פֿון רינגעלבלום-ארכיוו. דער מחבר אי אומבאקאנט. דער כתבייר פאומאָגט עטלעכע נישט לײיעגעגדיקע ערטער, וועלכע מיר באציַכעגען מיט פיל פּינטעלעך. דער טייל פוז נעס כחהבייר איי. לכתחילה געװען;גירוש" ווארשע", דערנאָך האָט דער מחבר אָדער זיין רעדאקטאָר אויסגעמעקט דאָס װאָרט ,גירוש" אוו אָנגעשויבן ,,חורבוײ. מיר גיבו איבער דעס מאטעריא? לויטן אויסלייג פון מחבר..

חורבן ווארשע איו א שוירערלעכער באשול­ריקונגס אק קעגן די גאַצישע פארבערעכער, וועלכע װערן איצט באפרייט פון די תפיסות אין רי אמעריחאַניש-ענגליש-פראנצויזישע אֲקוּ פּיר ואָגעס, קעגן די נִישט יידישע און יידישע אגענטע פוו אימפעריאליום, וועלכע שוליסן אָפַּי מאכן מיט די געכטיקע נאציס, קעגן די, װעל­

װ א ר ש

כע גײען איצט איבערחוון די פארעטערישע פּאָליטיק פֿון די יודעגראטן, קעגן רי אמערי­קאנישע אגרעסאָרן וועלכע מאָרדן שוין העכער חרשים דאָס קאָרעאנישע פּאָלס.

צמח, דער מחחבר איז אָפּטמאָל נאיו אין וייגע אָפּשאצפּונגען. ער האָט, װײוט אויס, נישט געוווסט װעגן דעם אעטיפאשיסטישן בלאָק און וועגן די קאמףלאָזונגען פֿון פּפר, ער וייסט אויך נישט וװעגן די מערערע פאלן פון אינדי ווידועלן וידערשטאנד שוין בעת דער ערשטער ליקווידאציע. אָבער נישט געקוקט אויף אָט רי בלויזן, האָבן מיר פאר זיך אין..חורבן ווארשע" או אויטענטישן דאָקומענט, װאָס באשולדיקט די נעכטיקע פארברעכער אוּן זייערע הייגטיקע פּראָ­טעקטאָרן און װאָס איז א שטארקע װאָרענונג קעגן א נייער אימפעריאליסטישער וועלט-שוחי­טה, קעגן א גייעם פּעלקער-מאָרר...

ריר!ר שיר דרע.ירא

זיך אָנּגעהויבן דאָס אויסמאָרדעווען די יידישע באפעלקערונג און מיטן דער נאכט.

נישט געווען די נאכט-- עס זאָלן נישט אומקומען א צענדליק מענטשן--- פון פאר" שידענע קלאסן און פארשידענע פּראָפעסיעס.

פון הינטערן פּלױיט אפער האָבן די היטלע­ריסטישע הינט געשאָסן. און מיטן דער גאם אין קאָפּ אריין. געלאָזט דעם הרוג נעבן א טויער, אָדער אין רינשטאָק און אליין נעלם געוואָרן. די יידישע לויה-אנשטאלטן, װאָס זיינען געוואקסן, וי שוואָמען נאָך א רעגן, האָבן אָפּגערױימט די הרוגים. די יידישע סטרוזשעס האָבן אָפּ­געוואשן דאָס בלוט--- און די גאנצע יירישע באפעלקערונג(צו אונזער גרויסער שאנד און חרפּה) האָט אָפּגעװישט דאָס מוי? און ווייטער געלעבט. אויסטערליש געלעבט. די שמוגלערס, למשל, די בעקערם, די פארשידענע ספּעקולאנטן און אונטער-יוועלט-מענטשן, װאָס זיינען עולה לנדולה געװואָרן, האָבן געלעבט פארשווענדע­ריש, פאריסן, גראָב-יונגיש. דער איבעריקער טייל, דאָס הייסט 99 פּראָצענט יידן זיינען געשטאָרבן אין די גאסן פון הונגער,(בוב­שטעבלעך) פארשניטן געוואָרן פון טיפום, און דעסגלייכן.

ביז ס'האָט זיך ווידער פארשפּרייט א ביטע­רער קלאנג. אויף דער גרענעץ פון יידישן געטאָ

און פון דער ארישער זייט איז דערהרגעט גע­

װאָרן א היטלעריסטישער זשאנדאר. ווער ס'האָט זויסגעפירט דעם מאָרד, איז נישט געווען בא­קאָנט. אָבער שולדיק דארפן זיין יידן. איז ווי­דער געפאלן אנ'אימה. מען האָט זיך ווידער געריכט אויף עפּעס. און ווירקל?עך זיינען גע­קומען די געסטאפּאָ-לייט אין דער יידישער קהלה און געהייסן אױיסגראָבן א קבר אויפן יידישן ביתעולם פאר 200 מאן.

מען קאָן זיך פאָרשטעלן, ואס ס'האָט זיך געטון אין די יידישע הייזער. יעדער האָט. זיך געריכט צו זיין איינער פון די 200,

און, אז ס'איז צוגעפאלן די נאכט זיינען די דייטשישע רוצחים געקומען אין דער יידישעך תפיסה(אזעלכע איז אויך געווען אין געטאָ) און אויסגעקליבן 100 יונגע יידן, צווישן זי א סך קינדער.(זייער חטא איז באשטאנען אין דעם, װאָס זיי האָבן זיך אריבערגעקריגן אויף דער ארישער זייט בעטלען, אָדער קויפן עפּעס צו עסן. די 100 יידן האָט מען פריער מערך­לעך געשלאָגן, דערנאָך אוועקגעפירט אויפן פּראגער בית-עולם און דארט ביז איינעם דער­שאָסן. 100 אומבאקאנטע קדושים זיינען אומ­געקומען פאר גאָרנישט און פאר נישט. צו­מאָרגנס האָט זיך אויף די מויערן פון געטאָ באוויזן אן אומפארשעמטער צינישער, פארברע­כערישער פּלאקאט, אונטערגעשריבן פון קאָמי­סאר פארן יידישן געטאָ אויערסוואלד, אז אין דער און דער נאכט זיינען דערשאָסן געװאָרן 0 יידן, וויי? זיי האָבן געשטעלט א ווידער­שטאנר דער מאכט און זיינען באגאנגען אקטן פון סאכאָטאזש. אויב דאָס וועט זיך נאָכאמאָל איבערחזרן, וועלן אָנגענומען ווערן לגבי יידן נאָך שטרענגערע מיטלען.

יידן האָבן װוידער אָפּגעווישט דאָס מוי? און די נאכט-מאָרדן האָבן נישט אויפגעהערט. אין דער שטוב אַכט מענטשן, אין יעגער שטוב 10 מענטשן.די רוצחים זיינען געקומען מיט רשימות פון נעמען, אויב מען האָט נישט געטראָפן דעם, וועמען מען האָט געזוכט, האָט מען אין איין וועגם אנידערגעלייגט אנדערע, װאָס האָבן זיך געפונען אין שטוב. עטלעכע מענטשן האָט מען אראָפּגעװאָרפן פון די פענצטער. א שאָר געווען קאליע צו מאכן א דייטשישע קויל.

דאָס בלוט איז אָפּגעוואשן געוואָרן. און מען האָט נעמוזט לעבן, הילפלאָז און אומטמעכטיק. די אפּאטיע ביי דער יידישער באפעלקערונג איז

אזוי ווייט דערגאנגען, אז מען האָט אפילו נישט געהאלטן פאר נויטיק צו פארקריצן מיט די ציין.. איבערהויפּט וועט מען מוזן פאָדערן א דין וחשבון פון יענע לייט, ואָס זיינען ארויפ" געשווומען אויף דער אויבערפלאך, פון אלע רעד?-פירער, דעה-זאָגער, כלל-טוער און אנדערע בעלי-טובות.

נישט אצינד און דא איז דאָס אָרט וועגן דעם צו רעדן. דערוויי? האָט זיך אָנגערוקט דער טאָג פון 29יטן יולי 1942. דער פינצטערער טאָג אין דער געשיכטע נישט בלויז. פון פּוי­לישן, נאָר פון יודענטום איבער דער גאנצער וועלט.

איר, שוועסטער מיינע און ברידער, וועמען ס'האָט געטראָפן דאָס גרויסע גליק אויסצו­וואנדערן קיין אמעריקע, קיין ארץ-ישראל, קיין ענגלאנד, קיין ארגענטינע--- איר אלע, װאָס איר עסט דאָרט צו דער זעט און שלאָפט א רויקן שלאָף, זאָלט וויסן, אז דא, אין פּױילן, ווו איר האָט איבערגעלאָזט משפּחות און קרו­בים, האָט איר נישט מער קיין טאטעס, האָט איר נישט מער קיין מאמעס--- אייערע קינדער זיינען אױסגעשאָכטן געװאָרן--- אייערע שוועס­טערן, אייערע ברודער זיינען אכזריותדיק אוט­געקומען דורך די היטלעריסטישע רוצחים מיט דער הילף פון יידישע און אוקראינישע באנ­דיטישע פּאָליצייאישע הענט.

אט אזוי איז עס פאָרגעקומען:

א שטיק צייט פארן 22 יולי זיינען שוין גע­גאנגען בייזע קלאנגען, אז מען וועט די וואר­שעווער יידן ארויסשיקן, אזוי וי מען האָט עס געטון מיט די לובלינער, מיט די קראָקעווער, מיט די לאָרזשער און מיט אנדערע יידן.

אויף היטלערן, אויף דער דאָזיקער פארמבו?­דיקער חיה, איז אל?ץ צו גלויבן. די סאדיסטישע מיטלען, ואָס ער ווענדט אָן, גייען איבער יעדן מענטשלעכן פארשטאנד. קיין שום פארברעכער מעג אפילו זיין דער גרעסטער, וועט נישט האָבן אזעלכע בלוטיקע, ראפינירטע איינפאלן...

יידן האָבן פונדעסטוועגן נישט געגלויבט. דריי הונדערט און פופציק טויזנט יידן וועט מען ארויסטרייבן פון ווארשע? וווחין וועט מען זיי טרייבן? װאָס וועט מען טאָן מיט זיי? היטלער איז דען אימשטאנד דאָס דורכצופירן? און צו ואס דארף עס דורכפירן, אז ער צאפּט פון געטאָ צענדליקער מיליאָנען, אז דאָס געטאָ אר­בעט פאר אים. אזוי האָבן יידן געטענהט און נישט פאָרגעשטעלט זיך, אז אויב עס גייט וועגן יידן, איז די ברוינע בעסטיע אימשטאנד חרוב צו מאכן די וועלט.

און זי האָט חרוב געמאכט. ביזן ביין, ביזן װאָרצל,

וי א דונער פון הימ? האָט זיך פּלוצלינג פארשפּרייט די ידיעה, אז די געסטאפּא-לייט האָבן ארעסטיהט אלע מיטגלידער פון יידישן ראט(יידישע קהלה--- געמיינט).

צום יידישן ראט, אין שפּיץ פון וועלכן ס'איז געשטאנען אינזש. א. טשערניאקאָוו--­א קליינער, גײסטיקיאָרעמער מענטש, האָט אויך געהערט איינער פון די חשובסטע און ערלעכסטע ווארשעווער יידן, אברהם געפּנער.

א. געפּנער איז געווען דער עלטסטער מיטגליד פון יידישן ראט. די יידישע באפעלקערונג האָט אים געהאלטן בכבודיק. ער איז אויך געווען פארזיצער פון באשפּייזדאמט, װאָס האָט פאר­זאָרגט דעם געטאָ מיט לעבנס-מיטלען. אמת איז, דער באשפּייזזאמט איז געווען א אינסטיטוציע פון גנבה, פון גזלה, פון קאָרופּציע, און פון װאָס איר ווילט נאָר. די יידישע באפעלקערונג איז געשטאָרבן אין די גאסן פון הונגער, אָבער די דירעקטאָרן, די אלערליי פּראָקורענטן און פּראָקורענטלעך, גאנצע משומדים און האלבע משומדים, קאריעריסטן פון ביליסן סאָרט, האָבן

8 טייז‎

געפרעסן און געזויפט פון כ? טוב. זייערע בייט­לען זיינען געשוואָלן געואָרן פון לינקע בלו­טיקע געלטער.

אברהם געפּנער, מוז מען זאָגן דעם אמת, האָט צו די אלע זאכן קיין שייכות נישט געהאט.

ידי קליקע ארום אים איז געווען שטארקער. און

אוב מען האָט די געמיינע קליקע פיינט גע­האט, האָט די גאס געפּנערן ליב געהאט, גע­גלויבט אין אים. דעריבער, ווען מען האָט געפּ­נערן אויך ארעסטירט.--- איז געפאלן א וויס* טער פּחד אויפן געטאָ. מען האָט געפֿילט, אז עס גרייטן זיך ביטערע גזרות. מיט אמאָ? איז אלץ אָפּגעשטאָרבּן. מענטשן זיינען ארומגע­נאנגען מיט טויטע פּנימער, מיט פיבער אין די אויגן. װאָס וועט דאָ זיין 9 װאָס גייט אויף אונז?::1

אזוי האָט געדויערט עטלעכע טעג. מען האָט נישט געוווסט נישט א הין,' און נישט א הער. ביז ס'איז אָנגעקומען א יריעה, אז מען. האָט געפּגערן באפרייט, אים און צוזאמען. מיט אים נאָך עטלעכע מיטגלידער פון יידישן ראט.

די גאס האָט אויפגעלעבט. פרעמדע מענטשן זיינען זיך געפאלן אויפן הא?ז און געקושט. אויב מען האָט דעם פּרעזעס געפּנערן באפרייט, איז א פומן, אז עס וועט גאָרנישט געשעען. אָבער געפּנער און צוזאמען. מיט אים דו איבע­ריקע מיטגלידער פון ראט זיינען צוריקגעקומען פון תפיסה מיט אָפּעגשױירענע קעפּ, וי א?טע, געשוווירענע ארעסטאנטן און מיט פינצטערע פּנימער. זיי זיינען צוריקגעקומען מיט דער בו­טערער בשורה, אז די דייטשישע הינט האָבן באשלאָסן ארויסצושיקן פון ווארשע אלע יידן. יעדן טאָג מוזן צוגעשטעלט ווערן זעקס טויזנט יירן. דורכפירן דעם גירוש דארף די ייךישע קהלה. די בראָך, הייסט עס, דארף אויסגעפירט ווערן דורך יידישע הענט.

מיט א שעה, צי מיט צוויי שעה שפּעטער, דעם 22 יולו 2---(גראָד איז אויסגעפאלן תשעה-באב)--- האָבן זיך גלייך באוויזן פּלֹא­קאטן אויף די מויערן, אונטערגעשריבן דורכן יידישן ראט אין ווארשע, אז אויפן באפעל פון דער דייטשישער מאכט ווערן אלע יידן ארויס­געשיקט פון ווארשע(אויף דייטש איבערגע­זידלט) און די מזרח-געביטן.

בלייבן אין ווארשע וועלן קאָנען: די יירישע פּאָליציי-לייט מיט זייערע פאמיליעס(ווייבער און קינדער) די בעאמטע פון יידישן ראט, די בע­אמטע פון באשפּייז-אמט, די בעאמטע פון יידו­שן הילפּס-קאָמיטעט און אויך יענע יידן, װאָס זיינען פעיק צו ארבעט. די דאָזיקע יידן וועלן קאָשארירט ווערן, ד. ה. זיי וועלן וווינען אין ספּעציעלע הייזער אויפן קאזארמישן אופן און וועלן ארבעטן פארן דייטשן מיליטערישן גע­ברויך.

די איבערזידלונג, איז ווייטער געזאָגט גע­װאָרן אין פּלאקאט, הויבט זיך אָן שוין היינט 11 א זייגער אינדערפרי. וער ס'וועט זיך אויסבאהאלטן, ווער ס'וועט זיך אנטקעגנשטעלן, וועט דערשאָסן ווערן אויפן אָרט.

און דאָס אומגליק האָט זיך אָנגעהויבן אין דער גאנצער גרויס און ברייט. די יידישע פּאָ­ליציי-לייט, די דאָזיקע צוויי טויזנט באנדיטישע הינט, וועגן וועלכע ס'וועט מיר שפּעטער אויס­קומען צו דערציילן באריכות האָבן זיך גע­נומען צו דער ארבעט.

די ערשטע קרבנות זיינען געפֿאלן די דייטשי­שע יירן, װאָס זיינען שׁוין צענדליקער מאָפּ איבערגעשיקט און איבערגעוואָרפן געװואָרן פון איין אָרט אויפן אנדערן. מען האָט זיי אריינ­געװאָרפן אין ווארשעווער געטאָ--- פרעמדע, הײימלאָזע, אומבאהאָלפנע. וי עס זאָל נישט וויי טאָן, מוז מען זאָגן, אז איבעריק סימפּאטיש זיינען זיי נישט געווען. זיי זיינען געווען דייטשן. געמיאוסט זיך מיט די אָסטדײידן, געזידלט און אוב זיי האָבן געארבעט אין דייטשישע אונ­טערגעמונגען און געהאט א שטיק? דעה, האָבן זיי די היגע יירן געשלאָגן.

דער משוגענער הינט היטלער האָט אין זיך אזא טייוולאָנישן כוח, אז ער קאָן אנרייצן א ברודער אויף א ברודער, א זון אויף א טאטן, זיי זאָלן זיך רייסן, וי די וועלף און ממתן איי­נער דעם אנדערן. די דייטשישע יידן האָבן דעם גזר אויפגענומען שטיל. די יירישע פּאָלו­ציילייט האָבן זיי אָפּגעפירט אויפן אומשלאָג­פּלאץ, דאָס אָרט פון וואנען מען האָט זיי פאר­לאדעוועט און פארמאכטע וואנאָנען אָן עסן, אֶן טרונקען און אוועקגעפירט אויף אומקום. דער אומשלאָנפּלאץ, אָדער בעסער געזאָגט, דער פּלֹאץ פון פּיין און טויט--- איז אין די שפּע­טערדיקע טעג געוװואָרן דער סימבאָ? פון מלאך­המות. ביים ארויסזאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט איז דאָס בלוט פארקילט געוואָרן אין די אדערן. דאָס הארץ האָט זיך אָפּגעשטעלט.

(המשוך קומ6)